דאוויד"האראדאקער, האט מיט זיך מיטגענומען פון זיינע יוגנט-יארן, וועט אבער דער טייך הארין, וועלכע לויפט דורך כמעט אין מיטן שטאט, ביי אלעמען אן אויסנאם איינגעקריצט זיין מיט ליבע אין זכרון. ניט יודאוויטשעס מויער, ניט די גרעבליע, דער מארק, די אלשאנער-גאס, דער ,לוזשאק", די ,באלאטא", די אלפינער-גאס, די וועלעמיטשער-גאס, דער שול-הויף און די אלע גאסן און געסלאך ארום, ניט דער בארג, נאר דער טייך וועט אייך באגעגענען און אייך אפגעבן דעם ערשטן ,ברוך הבא" -- פון וועלכער זייט איר זאלט ניט אנקומען אין שטעטל. וו דער גורל זאל אייך ניט פארווארפן, צי אין די הייסע זאמדן פון מדבריות, צי ביי די ברעגעס פון פאסיפיק אדער אטלאנטיק -- אויב נאר איר זייט א געבוירענער און דערצויגענער אין דאוויד-האראדאק, -- וועט אייך דער טייך נאכגיין אייער גאנצן לעבן און פארנעמען אן אנגעזעענעם ארט אין אייער געדעכעניש. 1 יי 0 ו + 0 3 4 0% לט טאל 571000 ל לפטל אה שק 6 0 0 .2 , , 7 : 6 0 ו 0% 1 ו 0 ל 5 4 . 4 4% נהר ,הורין* בימי גיאות דער טייך ,הארין"* -- פרילינג צייט דער טייך הארין איז די אמתע .אשת חיל". זי איז די שפייזערין און פארזארגערין פון כמעט דאס גאנצע שטעטל. מאנכע מאכט זי רייך און אנדערע ארעם. ביי איינעם רייסט זי אפ זיין הויף, די שטאל מיט דער בהמה און דעם צווייטן, אויפן קעגנאיבערדיקן ברעג -- שיט זי אן ערד פאר א סאד און גארטן.
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1204
passage_0b954f7590ff51dd2e109148
Passage 2normalized OCR · source chars 1206-1597
דער טייך פירט שיפן, פליטן, בארזעס און פאראכאדן, ער פילט אן די פישער ניעוואדן (נעץ) מיט די בעסטע פיש, ער האדעוועט אויס אויף זיין שויס סטאדעס גענדז, וואס באשפייזן מיט זייער פלייש און שמאלץ די שטעטלדיקע איינוווינער און מאכן ווייך מיט זייער פוך די געלעגערס אויף די בעטן. ווי שיין איז דער טייך זומער-צייט ! אויף זיינע ברעגעס גייט אן אן אומדערמידלעכע מענטשלעכע ארבעט סיי באטאג און סיי באנאכט. 6
passage_f5dbba24df6cb0d1ccf92801