0 7 8 5 5 בש 1 0 ו 0 . 1 "> ל 2 3 --. - צ 2 , 5% 7 0% 05 06 ל ד ה יור 2 שפת נהר ,הורין* בדויד"הורודוק דער ברעג פון טייך ,האָרין" אין דאוויד"האראדאק אט בויען זיך די גרויסע פראכטדשיפן : ,בארלינעס", ,גאנטשארעס", ,טשייקעס" און ,לייבעס"; אט שווימען געהילצן געבונדן אין פליטן, וואס גייען העטזווייט קיין פרייסן ; אט גייען די צוויי קליינע פאראכאדן ,וויון" און ,סטרעקאזא? -- איינער קיין נירטשע און דער צווייטער קיין ווידיבאר--סטאלין. זיי, די פאראכאדן, זענען די פריילעכע ,פארמיטלער* צווישן דאוויד"האראדאק און דער אויסערלעכער וועלט. זומער באדט מען זיך אין טייך, מ'שפילט זיך, מ'שפאצירט אויף גרויסן האלצערנעם בריק, מ'לויפט באגעגענען דעם אנקומענדן פאראכאד, כאטש מ'דערווארט קיינעם ניט... אין די פארנאכטן, לאזט זיך די שטעטלדיקע יוגנט ארויס שפאצירן לענגאויס די ברעגעס פון טייך, הינטער מרדכי-זעליגס סאד, אין טשיפאווסקעס געסל, ארום דעם קלויסטער בארג. אויף טוריער שליאך, אויפן וועג צום כוווארסקער ווינטדמיל, אדער ביי די קוזשניעס אויפן ,באלאטא"... עס געדענקט זיך דאס שטעטל אין אירע פראספערישע טעג. ס'האבן דאן געשמט מיט זייער רייכטום אזעלכע גבירים ווי יודאוויטש, די ברעגמאנס, ליפמאן לאדעצקי, אהרן-לייב דער ארליער, לייבקע גרושקין. פסח יאשקעס און א פאר אנדערע. זיי זענען געווען די ,מזרח- וואנטדיידן* פון ,גרויסן" און ,נגידישן" בתי-מדרשים.
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1220
passage_86bfafd1ef63690f0828157d
Passage 2normalized OCR · source chars 1222-1580
דעם גרעסטן שטעמפל אויף דאוויד-האראדאק האט איבערגעלאזט יודאוויטש. ער האט פיל ארומגערייזט אין אויסלאנד און געבראכט מיט זיך קיין דאוויד"-האראדאק ,אייראפייאישע השגות". אים האט זיך, וואס אן אמת, ווייניקער איינגעגעבן צו אייראפייאיזירן דאוויד-האראדאק, ווי א שטייגער פיאטר דעם גרויסן מאסקווע, דאך האט יודאוויטש פיל בייגעטראגן, אז דאס שטעטל זאל פארשענערט ווערן. [477
passage_83b65852823028001066f070