0 יודאוויטשעס מויער אט שטייען זיי פאר מיינע אויגן די געביידעס, וואס ער האט אויפגעבויט : יודאוויטשעס צוויישטאקיקער מויער מיט די צעשפרייטע אדלער-פליגלען. פון ביידע זייטן, די האלבע זייט גאס געמויערטע קראמען, דער האטעל ,אמאליא"? אינם מויער, דער גרויסער סאד מיטן געמויערטן פלויט ארום אים, וואס האט דעם מויער ענלעך געמאכט צו א באראנען-שלאס פון מיטלאלטער, דער בריקעלע הינטערן סאד, וואס האט געפירט קיין זלאדעיעווקע. אט איז דער גרויסער בית- המדרש, וואס יודאוויטש האט אויפגעבויט אויפן שול-הויף אין א סטיל און געשמאק. וואס וואלט געפאסט גיכער פאר א דייטשישער שטאט, ווי פאר א שטעטל אין די פאלעסיער בלאטעס. יודאוויטשעס צעגעלניע אויפן אלפינער שליאך, וועלכע האט פראדוצירט ציגל מיטן איינגעפרעסטן קאליגראפישן רוסישן בוכשטאב 0+ (,יו"). דער שיינער אידילישער וואסער-מיל, וועלכען מ'האט גערופן ,דער אלפינער מיל* -- אן אויסגעבענקטער מאדעל פאר א פייזאזשן-מאלער. און אחרון אחרון, יודאוויטש אליי: זיין הויכע פיגור, דער אנגעגעסענער בויך, זיין שטרענג פריצישער פנים מיט די קאלטע שארפע גרויע אויגן. זיינע שפיציג-דין-פארדרייטע וואנסעס. וועלכע האבן דערמאנט דעם באראן הירש גינזבורג, זיין צילינדער-הוט און דער גראבער שטעקן מיט דער הירשן-הארן גאלקע.
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1115
passage_c30c8a89d43c4cedb5072d79
Passage 2normalized OCR · source chars 1117-1542
עס האט אפגעבליט יודאוויטשעס צייט און די ברעגמאנס זענען ארויפגעשווומען אויף דער פאן. זייער מסחר איז געווען בארלינעס. די בארלינעס האבן געפירט פראדוקטן פון פאלעסיע און ווייסרוסלאנד קיין אוקראינע און גרויס-רוסלאנד און פון די דניעפר ברעגעס צוריק קיין פאלעסיע. די ברעגמאנס האבן צעבויט זייערע שפייכלערס פון דאוויד-האראזאק ביז קרעמענטשוג און יעקאטערינאסלאוו. די בארלינעס האבן געפירט ווייצנמעל פון קיעוו, פאלטאווע און כארקאוו; 4-[88
passage_ddf900c62cd247aeaa94b1e2