Original scan
Original memorial-book scan 418
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1064

צוקער, זאלץ, גרויפן, אויל, קוילן און פיל אנדערע פראדוקטן איבער די וואסערן פון פריפיעט און דניעפר ביז די סאמע פאראגן. זייער בוקסיר-פאראכאד ,מאנטיפיארי", פלעגט באזוכן אונזער שטעטל נאר איין מאל אין יאר. הערבסט צייט, איידער דער ווינטער קומט אן און די טייך ווערט פארפרוירן, פלעגט דער פאראכאד ברענגן צושלעפן א לאנגן עשאלאן פון הויך-בייכיקע בארלינעס און זיי איבערלאזן דא אויף די ברעגעס פון הארין, קעגנאיבער מאכע רימארס ברעג אויף וועלכן מ'האט זיי אויפ- געבויט, אויף איבערצוווינטערן. מיט די בארלינעס פלעגן אנקומען אויך זייערע באלעבאטים. יאסל, יענקל און מאטל ברעגמאן. זייערע טייערע טכוירענע פוטערס מיט די קאטיקענע קוטשמעס האבן צוגעגעבן א באזונ- דערע חשיבות צו דער מזרח-וואנט פון גרויסן בית-המדרש. אפילו דער סלאנימער רב מיט זיין לאנגער רויטער בארד האט אין זיין ווינקל נעבן ארון-קודש אויך צוגעקראגן א באזונדער וואזש- נעקייט מיטן אנקומען פון די ברעגמאנס. אויך זיי האבן אבער אפגעבליט זייער צייט און אנגעהויבן גיך צו וועלקן. דאס איינציקע וואס איז פון זיי פארבליבן איז דער רום פון יאסל ברעגמאנס שיינע טעכטער : גאלדע ריינע., שפרה שרקע און די שענסטע פון זיי אלע, רבקהלע ברעגמאן.

passage_92c4dcc55763591faef0d51a
Passage 2normalized OCR · source chars 1066-2124

די שפעטערדיקע גבירים, וועלכע זענען אויפגעקומען נאך די יודאוויטשעס און ברעגמאנס, ווי: לייבקע גרושקין, פסח יאשקעס, ליפמאן ליאדעצקי און נאך א פאר קלענערע זענען שוין געווען יידן, וועמענס פארמעגנס פלעגן זיך שוין ניט ווארפן אזוי אין די אויגן, ווי די פריערדיקע. נייע ווינטן האבן אנגעהויבן בלאזן איבער רוסלאנד און זיי האבן זיך אויך געלאזט שפירן אין אונדזער פארווארפן שטעטעלע. *% . * ווי אין א קאליידאסקאפ גייען פאר מיר דורך די ברויזנדיקע חדשים פון דער רעוואלוציע כוואליע פון 1905. ס'איז פארשוווּנדן די כמעט אומבאגרענעצטע הערשאפט פון די גבירים איבערן שטעטל. מ'האט זיך שוין דאן גערעכנט מיט דער דעה פון די ,עסעראווצעס", ,איסקראווצעס" און ,בונדאווצעס". אין א צייט ארום, ווען די יוגנט האט זיך איבערצייגט, אז צו ,אלגעמיינע, דירעקטע און געהיימע וואל-רעכט" וועט זי זיך ניט דערשלאגן, האט זי באשלאסן אין שטעטל מער ניט- פארבלייבן. ס'האט זיך אנגעהויבן די גרויסע מאסן עמיגראציע קיין אמעריקע נאך דער רוסיש- יאפאנישער מלחמה. א חוץ מרדכי לאפטשעוואן, וועלכער האט בשום אופן ניט געוואלט פארלאזן דאוויד- האראדאק -- האבן אלע אנדערע ,ברידער און שוועסטער? אנגעהויבן פארלאזן דאס שטעטל.

passage_32c2e509a8e510c3b48fc80c
Passage 3normalized OCR · source chars 2126-2781

דאס שטעטל איז פארארעמט געווארן און ווען ניט די הילף פון זין און טעכטער אין דער ווייטער אמעריקע. וואלט מען אויסגעגאנגען פון הונגער. עס האבן שוין מער ניט אפגעקלונגען די לידער און די יונגדברוסטיקע געלעכטערן פון דער יידישער יוגנט אויף די ברעגעס פון דעם טייך אין די זומערדיקע פארנאכטן. די שיפלעך זענעז געשטאנען פאריתומטע צוגעבונדן ביי די טייך ברעגן. וואקסט אונטער א בחור אדער א מיידל -- פארט מען קיין אמעריקע. אן עכא פון די גרויזאמע פאגראמען, וועלכע האבץ געבושעוועט איבער דער לענג און ברייט פון יידישע שטעט און שטעטלעך אין רוסלאנד, האט זיך אויך דערטראגן קיין דאוויד"האראדאק. א האראדאקעד מיעשטשאנין, זוכטער, האט אין א דערבייאיקן דארף -- ארלי -- דערמארדעט 109

passage_5bd4e56120c6aa7757ca47ed