מיט א האק א גאנצע יידישע משפחה פון זיבן נפשות. דער מארד איז אויסגעפירט געווארן ביינאכט, וועז אלע זענען געשלאפן. אן אימה איז אנגעפאלן אויף דער שטאט און אויף די ארומיקע דערפער. מ'האט זיך דאן געגרייט אויף פאגראמען און דעם שוידערהאפטן מארד האט מען אנגענומען ווי א ,נאדערויף". עס געדענקט זיך ווי יעצט די שרעקלעכע לויה : די וועגענער מיט די הרוגים און מיט די בלוט פארפלעקטע בעטגעוואנט. יענער טראגישער פארנאכט מיט די וועגענער הרוגים איז ביז היינט איינגעקריצט אין זכרון ווי א שרעקלעכער קאשמאר. דאוויד"האראדאק האט פארמאגט פיל בעלי-מלאכות, קצבים, בעלי-עגלות. און פארשטייט זיך, הענדלער, קרעמער, פיש-הענדלער, מעקלארעס און כלי-קודש -מענטשן. אין יענער צייט, זענען די קצבישע יאטקעדטישלעך געשטאנען אין מיטן מארק. דארט וווּ ס'שטייט יעצט דער קלויסטער. די שטעקנס צוגעקלאפט צו די ברעגן פון די טישן אויף וועלכע די וואגן פלעגן הענגען, האבן דעם מארק ענלעך געמאכט צו א גארטן פון בעבלאך. עס קלינגט מיר נאך יעצט אין די אויערן דער געפילדער, זידלעריי, געשרייען, דער טעמפער קלאנג פון די העק אין די יאטקע-קלעצער און דער ווילדער ארומרייסן זיך פון די הינט צוליב א ביין. א שטיקל פלייש און צוליב ,חזקה? פאר א יאטקע.
די קצבים פלעגן אריין צו אונז אין שטוב דאוונען ,מנחה". אנשטאט א פארטוך. האנדטוך אדער נאזדטיכל, פלעגן זיי זיך באנוצן מיט די פארהאנגען אויף די פענסטער. ווען זיי האבן פארלאזט די שטוב נאכן דאוונען, פלעגן די פארהאנגען בלייבן הענגען ווי צוזאמענגעפלאכטענע פערדישע עקן... צופיל טענות צו זיי האט מען אבער ניט געקאנט האבן, ווייל וואלטן זיי געוואלט זיך אפווישן אן די פאלעס פון די קאפטנס, אדער מיט די ארבל פון די לייבלעך, וואלט זיך דאס זיי בשום אויפן ניט איינגעגעבן. די הענט פלעגן זיך אראפגליטשן פון די, מיט פעטס און בלוט פארטינקעוועטע מלבושים און בלייבן נאס ווי פריער... שבת צו נאכט פלעגן זיי קומען צו אונז אין שטוב, כדי זיך אפחשבונען צוליב די שותפותדלקע ,שטיקלאך" וואס זיי פלעגן איינקויפן און קוילענען דורך דער וואך.
דער גרויסער שווארצער טיש אין עס-צימער איז געווען פארשריבן פון קרייד מיט קייקעלעך און פאסיקלעך. אפגעווישט מיטן פינגער אן עקעלע פון א האלבער קייקעלע און צוגעשטעלט פון אויבן א קעציש אויערל -- אט דאס איז געווען זייער אריטמעטיקע. וואס נאר די קצבים האבן זי פארשטאנען. ס'פלעגט אפט טרעפן, אז מיטאמאל איז אויסגעבראכן א געשריי מיט א קריגעריי, וואס פלעגט זיך ענדיקן מיט א געשלעג. און אולב שלאגן זיך, איז ניט אויף קאטאוועס : מ'פלעגט זיך באמיען צו טרעפן אין די סאמע פילבארסטע קערפערדטיילן און ניט איין קצב איז נאך אזא געשלעג אוועק מיט ,אפגעשלאגענע" לונגען און אנגעהויבן דערנאך מיאוס הוסטן... מיין טאטע, פלעגט ביי די קצבים אפקויפן די פעלן און די טריפה פליישן און דערנאך עס אפשיקן אין די פאלקן פאר די סאלדאטן. אויך די בעלי-עגלות פלעגן זיין אפטע אריינגייער צו אונז אין שטוב. זיי פלעגן פירן די פעל און די פליישן צו די שיפן, פאראכאדן און צום באן אין לאכווע. די בעלי-עגלות זענען צוטיילט געווען אין גרופן. יעדע גרופע האט געהאט א מאנאפאל איבער א געוויסן מארשרוט. אזוי זענען געווען : ,לאכווער" בעלי-עגלות ,סטאלינער", ,טוראווערי און ,פינסקער". איין גרופע ביי דער צווייטער האט ניט משיג גבול געווען. אויסער זיי זענעז 110