Original scan
Original memorial-book scan 420
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1151

אויך געווען ,מארק בעלי-עגלות". זיי פלעגן פאנאנדערפירן פון די הורטאווניקעס צו ךל קרעמער א זעקל מעל, א פעסל גאזע אדער צופירן א ייד אין א שכנותדיקן דארף. די קצבים און בעלי-עגלות זענען, וואס אן אמת, ניט געווען קיין ,מזרח-וואנט זיצערס* אין שטעטל -- דערפאר אבער זענען זיי געווען די איינציקע פאר וועמען סיי די שטאטישע און סיי די דארפישע גויים האבן געהאט דרך-ארץ. פלעגט זיך א גוי אנטרינקען און צעיושען קעגן א יידן, אדער אין שענק, אין א קראם צי ביי די אויבסט און בייגל מולטערס אויפן מארק, איז גענוג געווען, אז עזרא דער קצב זאל צוקומען און ,ארויפלייגן* זיין גרויסע קצבישע האנט אויף דעם גויס ,פאטילניצע" און ס'איז געווארן שא שטיל. אין דער צייט, ווען מ'האט זיך געריכט אויף פאגראמען אין שטעטל, האבן די קצבים און בעלי-עגלות געבילדעט די גרעסטע טייל פון דער ארגאניזירטער זעלבסטשוץ. א חוץ די העק, די גירעס פון די וואגנס, די שווארענס פון די בעלי-עגלה'שע וועגנער האט מען זיך אויך צוגעגרייט מיט רעוואלווערן און מיט בלייענע נאהייקעס. מ'האט דאן געהאט פעסט באשלאסן, אז אין פאל פון א פאגראם, זאלן די גויים טייער באצאלן פאר אזא פרוו און מער זיך ניט אנהויבן מיט די יידן. דער סוף איז געווען, אז טראץ דער העצע פון די גלחים, האבן זיך די גויים ניט געוואגט ארויסצוגיין אין קאמף.

passage_907be088323e5b01e4cd45e8
Passage 2normalized OCR · source chars 1153-2260

דאוויד"ראראדאק איז רייך געווען אין שמידן, וועלכע האבן זיך געטיילט אויף פארשיידענע קאטעגאריעס. געווען שמידן, וועלכע האבן געארבעט פאר דער שיף-בויעריי אויף מאכע רימארס ברעג, זיי האבן געמאכט ,סקאבקעס", ,ושאבקעס", ,יארשעס" מיט קעפ ווי לעבלאך ברויט און ,שווארענעס" פאר די רודערס. געווען אזעלכע, וועלכע האבן געמאכט גלעקלעך פאר פערד, גויישע מעסערלעך. מעסערס פאר דער שטוב, האק-מעסערס. קליאמקעס, זאוויעסעס, און אייזערנע טירן פאר געמויערטע קראמען און קעלערס. געווען שמידן, וועלכע האבן נאר געשמידט ,קופערטן". איינעם אזא געדענק איך -- אייזל דער שמיד האט ער געהייסן. חוץ זיין מלאכה אין דער קוזשניע איז ער אויך געווען אן אויסגעצייכנטער בעל-תפילה. געווען ווידער אנדערע. וועלכע פלעגן שמידן פערד, רעדער און וועגענער ; דערצו פלעגן זיי אויך געהערן צו חברה- קדישא און כאפן א טרונק בראנפן ביי א ברדמינן, וואס איז געווען אין שטעטל כמעט א טאג-טעגלעכע דערשיינונג. דאס שטעטל האט אפילו אין נארמאלע צייטן געהאט מער לוויות ווי חתונות. א נס, וואס די דאוויד-האראדאקער פרויען האבן פארשטאנען די לאגע און זיך באמיט צו ,דעקן" די אבידות. א דאוויד-האראדאקער פרוי, וואס האט געהאט ניט מער ווי א האלב טוץ קינדער איז פאררעכנט געווארן פאר אן עקרה...

passage_99e7488e044e42bfb38529f3
Passage 3normalized OCR · source chars 2262-3164

די סטאלארעס פון שטעטל פלעגן אויסארבעטן ,קופערטן". זיי פלעגן ארומפארן איבער די ירידים און פארקויפן די געשמידטע קאסטנס צו די פויערים. די מערהייט סטאלארעס האבן אבער אויסגעארבעט שטוב-מעבל, טירן, פענסטער און אנדערע שטוביקע זאכן. בויערס און זעגערס האבן אין נארמאלע צייטן געארבעט אויף מאכע רימארס ברעג ביים בויען די בארזשעס, אויפער דעם האבן זיי געארבעט אויך פאר דער שטאט איבערהויפט נאך א שריפה. שריפות אין אונזער שטעטל, זענען דאן געווען גאנץ אפטע דערשיינונגען און אויב ס'פלעגט זיך אמאל א שריפה פארשפעטיקן, זענען שוין געווען אזעלכע, וואס האבן דעם דאזיקן ,גאסט" ,איינגעלאדן"... שוסטערס האבן גענייט פאר דער שטאט און פאר טאנדעט. געווען געהויבענע שוסטערס, וואס האבן גענייט פון כראם, שווארא און ראסלעדער און אזעלכע, וועלכע האבן גענייט פון יוכט. אויך שניידערס זענען געווען געטיילט אויף קאטעגאריעס. שניידער פאר גבירים און פאר ארעמע, געווען אפילו אזעלכע, וואס האבן קוים געצויגן די גרויפן אין וואסער פון קרופניק 141

passage_ce98926367770f365fb09a3f