די ארעמע שניידערס האבן זיך מפרנס געווען פון איבערנייען קליידונג פון עלטערע פאר יינגערע. פון ווייבערישע אויף מאנסבילשע א.א.וו. געווען קירזשנערס, וואס האבן היטלען גענייט, איינעם אזא קאן מען עד היום ניט פארגעסן. אויסער א היטלמאכער, האט ער אויך געדינט פאר א ,שטאטנזזייגער". ווען מ'האט געהערט משה דעם קירזשנערס ,אודושליוון? הוסט קומענדיק פון מארק נאך איידער דער האן האט אויסגעקרייט זיין ערשטן קריי, האט מען געוווּסט, אז ס'איז שוין צייט פאר יידן אויפצושטיין צום ערשטן מנין... דער איינציגער יידישער באנדער אין שטעטל איז געווען עליע, אהרן-משה דעם רופא'ס. דער אלטער טאטע, אהרן, האט נאך אויך געארבעט אויפן הויף. זיי פלעגן מאכן דראניצע. קאיקעס, און פעסער. זיי פלעגן אויך אויסארבעטן זייער לאנגע פעסער אין וועלכע מ'פלעגט פאקעווען קליוקווע (רויטע יאגעדעס), וואס די פויערים פלעגן אויפקלויבן אין די וועלדער פון פאלעסיע יעדן הערבסט אין די טויזנטער פודן.
מוליארעס און מאנכע שוסטערס האבן געהאט נאך צוגאב מלאכות אויף דערשטוקעווען זייער פרנסה, אזוי ארום, זענען עטלעכע שוסטערס אין דער זעלבער צייט געווען די כליזמרים פוז שטעטל. דער ,כליומר על הכליזמרים" האט אבער געמוזט שטוקעווען די פרנסה מיט זיין א שערער און א פאטאגראפיסט. דער קלארנעטיסט פון דער קאפעליע איז געווען א מוליאר. דאגעגן די ,קליינע טרובע", די ,גרויסע טרובע", און דער פויקער האבן איידער דעם שפילן אויף די חתונות געמאכט פאר חתן-כלה די שיך. דער פויקער האט זיך אויך ארויסגעהאלפן מיט טראגן ,שלחמנות", זיין א ,רופער" און... מיט א ביסל אונטערפאסטן... דער זייגער-מאכער האט זיך אויך פארנומען מיט ,פארגיסן" קאלאשן. איינמאל איז ער שיעור ניט פארברענט געווארן צוליב דעם, וואס דאס בענזין האט זיך פלוצים אנגעצונדן. דערפאר, אבער, איז דאוויד"האראדאק רייך געווען מיט רבנים און שוחטים -- כמעט וויי מאזיר און אפשר ווי פינסק. קיין שטעטל האט זיך אזוי ניט געקאנט בארימט מאכן מיט אויסהונגערן אזויפיל רבנים ווי דאוויד"האראדאק. פארוואס די רבנים האבן אויסגעקליבן דווקא די שטאט אויף צו פראווען תעניתים ווייסט נאר גאט אליין...
צוויי פון די שוחטים זענען אויך געווען חזנים ; דער שול-חזן ר' שמערל. וועלכער האט געדאוונט אין דער גרויסער כארדשול מיט אן אייגענעם אויסגעשולטן כאר און ר' לייבע. דער חזן פון גרויסן בית-המדרש. % 4 3% דאוויד"האראדאק דאט דאן געהאט אלר אייגענע דינאסטיע ,גוטע יידן". עס האלטן זיך אויף זין און אייניקלעך פון דעם ,אלטן רב". דער ,אלטער רב", ר'ישראל-יוסף האט געשטאמט. ווייזט אויס, פון וואלין -- פון קארעץ. די גאס ארום דעם ,אלטן רב'ס"? בית-המדרש איז געווען באזעצט מיט זיינע זין און טעכטער. זיי האבן געלעבט אין דחקות אבער מיט ווירדע ווארעמענדיק זיך אונטער די ווייטע און שוין קאלטע שטראלן פון פארגאנגענעם שטערן -- זייער זיידן -- דעם ,אלטן רב". דערפאר איז געוועז פריילעך און לעבעדיק אין סטאלינער ,שטיבל". ווער רעדט נאך. ווען רער סטאלינער רבי פלעגט אראפקומען. דאן פלעגן אפילו די מתנגדים גיין אין זייערע בתי- מדרשים אויין דורך זייטיקע גאסן און האלטן זיך האויט ביי די ווענט, מורא האבנדיק אריינכאפן א ,זעץ" אין האלדז און נאקן פון א בגילופינדיקן סטאלינער חסיד. דעם ,אלטן" רב'ס חסידים האבן זיך דאן אוודאי געפילט דערנידעריקט און דערשלאגן. דאוויד-האראדאק איז געווען די קרוין שטאט פארן רב ר' ישראלזיוסף; דאס וואס סטאלין איז געווען פאר ר' אהרעלען. 12