ר' ברוכ'ל האט געהאט זיין אייגענעם בית-המדרש און זיינע אייגענע חסידים. ניט קיין רייכע יידן זענען זיי געווען ר' ברוכ'לס חסידים, קליינע קרעמער און בעלי-מלאכות, דאך האבן זיי זייער רב ניט געלאזט פאלן. און ווירקלעך, קוקנדיק אויפן הדרת-פנים פון דעם רב ר' ברוכ'ל, זיין שיינע לאנגע, גרויע בארד, יינע קלוגע, גרויסע, טיפע אויגן; זיין פאטריארכאליש אברהם-אבינו אויסזען, וואלט קיין שטאט זיך ניט דערלויבט צו לאזן הונגערן אזא מענטשן גאנצע זיבן טעג אין וואך... % " % צווישן מנחה און מעריב-צייט אין גרויסן בית-"המדרש. די שאטנס ווערן אלץ לענגער און ס'ווערט אלץ טונקעלער ארום. אט זעט מען שוין כמעט גארניט דעם, וואס שטייט ביים ,עמוד". מ'הערט נאר זיין שטימע, וואס קלינגט אזוי מאדנע טרויעריק-זיס און גייט זיך פאנאנדער אין דער דעמערונג. דאס זאגט יאסל דער קצב ,ברכי נפשי". שפעטער, נאך תפילת מעריב, וועט בערל דער שמש לערנען פאר דעם עולם דעם .שיעור". דאן ווערט מזרח-וואנט אויס יחוס. ס'מישן זיך אויס גבירים, סוחרים און בעלי-מלאכות. יחוס איז דער ווער ס'קאן לערנען. זיצן זיך טאקע אזוי, האנט ביי האנט, דער הדרת-פנימדיקער גביר פסח יאשקעס. יענקל שאשעדגיטלס, וועלוועל אסתר-חיה'ס, משה נח-לייבס' מיט די קצבים -- הערצל דער פראויק, אייזיק לייבעלעס, געצל און אויך יידן בעלי-עגלות, ווי די צוויי ברידער וואלף און אלטער ארטשיקס.
ס'איז זומער. די פינסקער בעלי-עגלות פארן קיין פינסק נאר ווינטער-צייט מיטן שליטן, דאן ווען די פאראכאדן גייען ניט. די ברידער וואלף און אלטער ציען זייער זומערדיקע פרנסה פון ארויסקאטשען קלעצער פון טייך, אויף שלמה פייגעלעס ברעג וווּ מ'בויט שיפן. דאס העכסטע וואס זיי פארדינען איז צוואנציק קאפיקעס א טאג. עס סטייעט, וואס אן אמת, נאר אויף זאמדיק- שווארצן ברויט, אפשר אויף א ביסל גרויפן פאר א קרופניק צו א שטיקל קישקע -- א שווערער ארעמער לעבן טאקע, אבער דערפאר אין אוונט ביים ,שיעור" ווערט דאס אלץ פארגעסן. מען לערנט תורה ! בערל דעם שמש האט די שטאט סלוצק צוגענומען פאר א ראשזישיבה און ר' דודל האט שוין דאן געלערנט מיט דעם עולם דעם ,שיעור". נח פנחסעס, האט מיט די יידן אין דעם ,אלטן רב'ס" בית-המדרש געלערנט ,עין יעקב". דער שול-מלמד, האט געלערנט מיט די יידן אין דער קאלטערדשול חומש מיט רש"י. נאר אין סטאלינער ,שטיבל" האט מען געהוליעט, געזונגען און געטאנצט, ווייל זיי ,האבן ניט געגלויבט אין עצבות".
און אט איז שוין ענדע זומער. עס רוקן זיך אן די ימים-נוראים. דער שמש קלאפט פארטאג מ'זאל אויפשטיין צו סליחות. איך גיי מיט מיין טאטן אין ,נגידישן" בית-המדרש. ביים .עמוד" שטייט יענקל ישיעס. זיין הייזעריקלעך-וויינענדיקע שטימע טענה'ט, מאָנט און בעט זיך. די איבעריקע זאגן נאך און טרערן גיסן זיך פון זייערע אויגן. איך קוק אויפן ארון-קודש און ס'דוכט זיך מיר, אז דער פרוכת וויגט זיך ווייל די שכינה אין דעם ארון וויינט און קלאגט אויפן ביטערן גורל פון פאלק ישראל. % " + איז שטאט איז פון דער פרעמד אראפגעקומען א זייער שיינער ייד. ער איז געווען אנגעטאן גרויסישטעטיש, מיט א פעלערינע, א וייכן הוט און א שטעקן אין האנט. זיין שיינער פנים באראמט אין א שווארצער ברייטער בארד און זיינע שווארצע אויגן האבן אים ענלעך געמאכט צו ד"ר הערצל. 3