דאס איז געווען ישי אדלער. ער איז אנגעקומען פון קרינקי, גראדנער גובערנע און האט אין דאוויד-האראדאק געעפנט א ,חדר" אויף צו לערנען מיט די קינדער עברית בעברית. אנשטאט דעם אלטן באקאנטן ,דרדקי-מלמד" מיט זיין ,קאנטשיק" האט אדלער פאר- געשטעלט א טיפ פון א מאדערנעם לערער., וועלכער האט איינגעארדנט א חדר לויטן מאדערנעם סטיל. ריין, ציכטיק און דיסציפלינירט. אין א צייט ארום איז אראפגעקומען אין שטעטל דער ,קרומער העלפאנט". דאס איז דער אמתער נאמען פון דעם. וועלכער האט זיך דערנאך בארימט געמאכט מיט זיין ליטערארישן פסעוודאנים א. ליטוואק. מיט העלפאנטן איז אין שטעטל אראפגעקומען דער ,בונד". אדאנק דעם ,בונד? זענען דאוויד"האראדאקער בחורים און מיידלאך געווארן ,ברידער און שוועסטער". ס'האבן אנגעהויבן אנגעקומען אין שטעטל סטודענטן אויף אפגעבן ,אוראקן". ס'איז איינגעריכטעט געווארן אן אומלעגאלע ביבליאטעק, קאנספיראטיווע פארזאמלונגען. שפאלטונגען צווישן די פארשיידענע שיטות פון סאציאליסטישן און נאציאנאלן געדאנק, מיט איין ווארט -- ס'איז געווארן זייער פריילעך און רירעוודיק אין דער האלב פארשלאפענער פאלעסיער שטאט אונזערער. דאס זענען געווען די יארן פון דער רעוואלוציע פון 1905.
אין א קאלטן ווינטערדיקן שבת, האט מען אויף א שליטן אין דער באגלייטונג פון א שטארקער פאליצייאישער וואך העלפאנטן אוועקגעפירט פון אונז אין א ווייטער טורמע אדער אין סיביר... 6 7 8 ...ס'איז שווער אוועקצופארן פון דער שטאט, וווּ מ'איז געבוירן געווארן און זיך דערצויגן. איבערהויפט איז שווער צו פארלאזן דעם שיינעם טייך. אט דא האסטו זיך געשפילט. זיך געבאדן, געפארן אויף לאדקעס, געגליטשט זיך אויפן אייז, געשטיפט מיט חברים און פאר די אלע שטיפערייען אריינגעכאפט פעטש און ,שטורכאטשעס" פון טאטן, פון רבין און, להבדיל, קלעפ פון שקצים אין די טאג-טעגלעכע מלחמות, וואס מיר האבן געפירט מיט זיי... און דאך איז דאס אלץ אזוי טיף איינגעבאקן אין הארצן אויפן גאנצן לעבז... בערל נוימאן ץרב שבת (בילדער פון שטעטל) דער זייגער שלאגט צוועלף. עס איז שוין האלבער טאג. די זון איז שוין אין מיטן הימל. דער ריח פון די פלעצלאך און פרישינקע בולקעס איז שוין לאנג מיטן ווינט פארשוונד]ן... א נייער רויך גייט שוין יעצט ארויס פון די קוימענס. גלייך ווי די סטרונעס ציט זיך דער רויך אין הימל אריין און משרתי עליון נעמען אים ארויף אויף די פליגלען און ברענגעז דעם ,עמוד העשן" א מתנה פארן רבונו של עולם אויף שבת... ביי גאר פלייסיקע באלעבאסטעס לאזט זיך שוין הערן אין דרויסן דער ריח פון טשאלנט און לאקשענעם קוגל...
נח דער שמיד (א צדיק א ייד געווען), האט שוין לאנג זיין קוזשניע פארמאכט און גייט מיט שנעלע טריט א היים,ער זאל חלילה ניט פארשפעטיקן מקבל פנים זיין דער שבת מלכתא ; ווי איז פסוק שטייט: ,המאחרים לצאת מן השבת וממהרים לבא". אין מארק הערט זיך שוין דאס קלאפן פון שלעסער און ריגלען. ביי האלב פארמאכטע טירן, בלייבן נאך די קרעמער א ביסל שטיין, ווארפן א בליק אין פוסטן מארק אריין און איינער 414