Original scan
Original memorial-book scan 424
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1062

נאכן אנדערן הויבן זיי אן, נוט איילנדיק זיך (אפשר וועט דאך אין דער לעצטער מינוט אנקומעז נאך א קונה), צומאכן די קראמען. ווען נישקע די קרעמערקע הויבט אן פארמאכן איר קראם. גיט זיך ליפא דער בעל-עגלה א רייב די פלייצע אן דער ,האליאבליע?* פון וואגן, גיט א הויב מיט די אקסלען, בכדי צו פארענדיקן דאס קראצן זיך און געבענדיק א ברייטן הילכיקן גענעץ, קריכט ער לאנגזאם אויפן וואגן ארויף... זיין ווייס אויסגעדארט פערדל, בלינד אויף איין אויג, שלעפט קוים ד" פיס. ץניא" -- גיט ער א זאג, -- און דער פערד, ווי ער וואלט פארשטאנען, אז אויך פאר אים קומט אן דער רודטאג לאזט זיך פריילעך אין וועג אריין. ליפא דער ערשטער און נאך אים אייזיק ,די ציג" פון איין זייט, דער ,בריליאנט" מיט זיין זוז איצל (ביידע אויף איין וואגן) פון דער צווייטער זייט, אויסגעהארעוועטע יידן מיט הויקער- דיקע פלייצעס און פארמעליקטע קאמזוילן דערווייטערן זיך איינער פון אנדערן. אט אזוי צעשיידן זיך בעל-עגלות, געזעגענען זיך פון געמויערטן פלויט ארום דעם קלויסטער און פאָרן אהיים אויף שבת... אויפן צווייטן זייט מארק, נעבן קאפלינסקיס אפטייק הויבן זיך אן צוזאמענצופארן די בכבודיקע בעלי-עגלות פון זייער רייזע קיין לאכווע.

passage_1dd19b64791020e85813271f
Passage 2normalized OCR · source chars 1064-1944

גאר אן אנדער וועלט שטעלן זיי מיט זיך פאר. די פערד: געזונטע; אויסגעפאשעטע און גרויסע, די וועגענער : הויכע,. מיט געפלאכטענע ,פאלופישקעס" פון הינטן אנגעפילטע מיט שמעקענדיקן היי. ס'באפוצן זיי אויסגעבעטע, באקוועמע, איבערגעצויגענע געזעסן, וועלכע זענען פארויסגעזען פאר דער באקוועמלעכקייט פון זייערע ,פאסאזשירן". אנקומענדיק פון וועג, שטעלן זיי זיך אפ און כאפן א שמועס אויף דער שנעל. שייקע ,דער קייסער" הויבט אן דערציילן זיינע ,נסים" פון דער רייזע, דערביי רימט ער שטארק זיין פערד, וועלכער הויבט אן דווקא אין דער מינוט ,הירזשען", פונקט ווי ער וואלט פארשטאנען וועגן וואס ס'רעדט זיך.... ,מיט מיין פערד קאן איך מיך אויך ניט פארשעמען, זאגט שטיל בנימין דער בעלדעגלה, געבענדיק מיטן בייטש"שטעקל א קיצל דעם פערד אונטערן בויך. דער פערד איז, ווייזט אויס, צופרידן פון קאמפלימענט וואס זיין באלעבאס האט אים געגעבן; גיט זיך א הויב אונטער און מאכט פלייסיק א גרָוב אין דער ערד מיט זיינע הינטערשטע פיס...

passage_9bd907cffbcfe6007b09e925
Passage 3normalized OCR · source chars 1946-3010

אשרקע דער טויבער מיט דער שווארצער אויסגעשטיפטער ,פופאיקע", וועלכע איז איבערגעבונדן מיט א שטריק שפרינגט אונטער אינדערהויך הויבנדיק די הויזן. ער דערהערט ניט דעם געשפרעך, קריכט אריין אין מיטן, גלאצט אויס א פאר פריילעכע, בלישטשנדיקע קלוגע אויגן, נעמט אריין דעם קאפ צווישן די אקסלען, שטעלט אן דעם רעכטן אויער אביסל אין דער זייט און פרעגט שטיל -- וועלנדיק אויך אריינגיין אין שמועס : ,הא ? וואס? איר זאגט עפעס ?"... ,גארניט... גארניט" -- זאגט יאסל דער געלער מיט א שטים פון ,אונטערן נאז" -- ניט דיר מיינט מען לייבקע, מ'מיינט דעם פערד". א הילכיקער געלעכטער פון די בעלי-עגלות רייסט איבער די שטילקייט אין האלב פוסטן מארק. אשרקע ווערט אבער ניט פארלארן. ער גיט זיך א דריי אויפן ,פאדבאר" און לאזנדיק הערן א ,כוואשטש" פון דער בייטש אין דער לופט לאכט ער גוטמוטיק מיט אלעמען צוזאמען. דער אלטער דוד טשעסנאק., וועלכער האט זיך א ביסל פארשפעטיקט אין וועג קומט אן, שטעלט זיך אויף א וויילע אפ מיטן פערד און וואגן און ניט אראפגייענדיק פון וואגן גיט ער בכבודיק א זאג: ,יידן ס'איז דאך שוין שפעט. ניטא קיין צייט. ס'איז דאך ערב שבת. מ'דארף כאפן א ביסל האבער פארן פערד און פארן אהיים", 15

passage_ab8355c8212c8c9cebcbddaf