Original scan
Original memorial-book scan 425
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1165

זיין פערד נוצט דערווייל אויס די געלעגנהייט, פארהויבט דעם עק און ליידיקט אויס דעם מאגן... ער ווארפט מיטן עק אויף רעכטס און לינקס, טרייבנדיק פון זיך די פליגן און איז גרייט צו גיין אין שטאל אריין אויף שבת... די בעלי-עגלות באשליסן אנטגילטיק, אז ס'איז שוין צייט אהיימצופארן ערשט דאן. וועז זיי זעען פונדערווייטנס שלמה-פנחסן, וועלכער איילט זיך מיט א פעקל ווייסע וועש אונטערז ארעם אין באד אריין. א באזונדערן חן האט פארמאגט די דאוויד-האראדאקער באד. אט שטייט זי פאר מיינע אויגן די לאנגע געביידע מיט די רויטע ציגל, די הויכע שמאלע פענסטער מיט די קליינע פיר- קאנטיקע שייבאלעך אין זיי. אין ערשטן פאדער-הייזל פלעגט ליגן צוגעגרייט א בארג בעזעמלעך. אט הייצט זיך דער אויוון און ווארעמט אן דאס וואסער אין דאמף"קעסל וועלכער פלעגט .אפטראנספארטירן" דאס הייסע וואסער דורך רערן אין די צוויי גרויסע פעסער, וואס זענען געשטאנען אויף אייזערנע שינעס אינדערהויך, דערגרייכנדיק ביז צום דאך... דער פינסטערער קארידאר, האט געפירט אין ערשטן גארדעראבע צימער. וווּ ס'איז אין דער לינקער זייט געשטאנען א הויכע שאפע מיט אפגעצאמטע פירקאנטיקע קעסטעלעך פאר די מלבושים. אויף דער אנטקעגנדיקער זייט זענען געשטאנען הילצערנע בענק אויף אפצורוען זיך. פונדאנען האט אויך געפירט א טיר אין ,שמייס באד" אריין. אצ 3 0

passage_a2f819de6b3591727b0ab0d4
Passage 2normalized OCR · source chars 1167-1228

בית המרחץ בדויד-הורודוק די באד-געביידע אין דאוויד-האראדאק 16

passage_c3c8364bfc111171e3757adf