Original scan
Original memorial-book scan 426
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-918

די ,שמייס באד", אדער ווי אנדערע האבן איר גערופן די ,שוויץ-באד" האט מיט זיך פארגעשטעלט גאר אן אנדער ,וועלט". גאנץ שווער האט זיך געעפנט די טיר, ווייל צוויי שווערע שטיינער, וועלכע זענען צו איר געווען מיט א שטריק צוגעבונדן האבן איר צוריקגעצויגן. ניט אלע האבן געקענט אהין אריינגיין, ווייל ניט יעדער איז אומשטאנד געווען אויסהאלטן די היץ. ס'פלעגט אפט טרעפן, אז מ'האט געמוזט א פארחלשטן אפגיסן מיט א שעפל קאלט וואסער און אונטער די הענט אין צווייטן קאלטן צימער ארויספירן און אוועקלייגן אים אויף די קאלטע בעטאן בענק, כדי ער זאל צו זיך קומען. און ס'איז טאקע קיין ווּנדער ניט; די פארע איז געווען אזוי געדיכט און אויסגעמישט מיטן ריח פון קויטיקע וועש, וואס מ'פלעגט אויפהענגען אויף די שטעקנס, וואס זענען געווען פארוקט אויפן באלקען אינדערהויך, אז ניט יעדעס הארץ האט דאס געקאנט אויסהאלטן. דערפאר טאקע האט אזא שוואכער ייד ווי ברוך ,דער ליאכער" קיינמאל ניט געפילט דעם טעם פון אויספארען זיך אין דער יידישער דאוויד"האראדאקער ,שוויץ-באד".

passage_a9f0ed1a5a27a5bbade51cf6
Passage 2normalized OCR · source chars 920-2120

דער איינציקער, וואס האט זיך דארט געפילט גוט, נאך בעסער ווי ביי זיך אינדערהיים. איז געווען משה-מרדכי-זעליקס' דער גראבער. אייביק איז אים ווייניק געווען די היץ. ווער רעדט נאך, אז ער פלעגט זיך צוזאמנטרעפן מיט מאיר"הערשלען דעם קצב -- אים צו לענגערע יאר, -- דאן איז די ארבעט געווען אין פולן ברעז. אט שרייט מאיר-הערשל מיט זיין הייזעריקער שטים :,דערלאנג נאך א שעפעלע!י (אריינצוגיסן א שעפעלע וואסער אויף די זודיקע הייסע שטיינער אין אויוון האט מען געדארפט זיין א מומחה און משה דער גראבער איז אויף דעם געווען א בעל-מלאכה...). איין שעפעלע נאכן צווייטן, די היץ וואקסט, די פארע קאן מען שוין מיטן מעסער שניידן -- א געדיכטעניש פשוט דערשטיקט צו ווערן, ערשט דאן גייען זיי ביידע ארויף אויף דער העכסטער טרעפ און די ארבעט הויבט זיך אן. בעזימלעך הויבן זיך און לאזן זיך אראפ און צוטרייבן די פארע אויף אלע זייטן. איין שמייס און נאך א שמייס, און א דריטער, פינפטער און צענטער... ,איי, איי, איי? -- שרייט איינער פון גרויס פארגעניגן -- ,אביסעלע העכער... אט. אט, אט... שטארקער... נאך שטארקער... גוט... גוט... איי... ! יעצט לייגט זיך דער צווייטער און דער ערשטער גיט אים אפ כפל כפליים. און אזוי גייען צוויי אפגעשמיסענע יידן ארויס פונם שוויץ-באד, רויט ווי די בוראקעס, אבער געזונט. ,איי איז דאס געווען א באד! זינט איך לעב ו...*

passage_ca1e3f9c6f75f68255d6f65e
Passage 3normalized OCR · source chars 2122-3080

און וו גייען יידן נאכן ,שוויץ" -- אין מקוה. אין מקוה-צימער איז שוין געוועז רואיקער. בלויז די קוויטשערייען פון די קינדערלאך, וועלכע האבן זיך ,פאליושקעט" אין וואסער, האבן געשטערט די שטילקייט. פון מקוה-צימער פירט א טיר אין א צימער. וווּ ס'איז אויסגעשטעלט א שורה מיט ווייסע וואנעס. דאס צימער איז געווען פארויסגעזען פאר די נגידים. און אט זעט מען אריינגייענדיק אין מקוה-צימער א הויכן ברייטבייניקן ייד. דאס איז מרדכי-לייב ‏ ,דער גענעראל". ער גייט אראפ מיט זיכערע טריט איין טרעפל נאכן צווייטן, בלייבט שטיין אין מיטן מקוה און דאס וואסער גרייכט אים צו דער ברוסט. ער לייגט ארויף די הענט אויפן קאפ, בייגט זיך אביסל אונטער, גיט זיך א דריי רעכטס און לינקס, כדי צו מאכן קיילעכדיקע כוואליעס, וועלכע טרייבן פאנאנדער די בלעטלאך. וואס בלייבן צוגעקלעפט אויפן לייב נאך דער שוויץ-באד. ער טובלט זיך דריי מאל אפ, שטייט דערנאך אויף, ציט זיך אויס אין זיין גאנצער לענג און גלייכט אויס די געלע לאנגע בארד. נאך אים גייט מיט דראבנע טריט, איינגעבויגן ביז צו דער ערד כמעט, דער אלטער 147

passage_5d2c87a3cd7250f7c8228d6a