ר' וואלף הללס. נאך איידער ער גייט אראפ דעם לעצטן טרעפל פארשטעלט ער מיט די פינגער פון ביידע הענט אויערן, נאז און אויגן. ווען ער פארלאזט דאס לעצטע טרעפל, בלייבט ער שטיין אין וואסער און קוים וואס מ'זעט אים דעם קאפ ארויס. שטייענדיק איז ער שוין געטובלט. דאך בייגט ער זיך דריי מאל ארונטער און קוים אפכאפנדיק דעם אטעם, גייט ער לאנגזאם ארויס רייבנדיק מיט איין האנט דאס פנים. דער טאג שטייט ניט. די צייט לויפט. אין באד ווערט אלץ ווייניקער און ווייניקער. די גאסן ווערן אנגעפילט מיט שבת-דדיקייט. ס'זעען זיך שוין ארויס דורך די פענסטער די גלאנציקע מעשענע לייכטערס און איבער- געדעקטע חלות אויף די קלאר ווייסע טישטעכער. ארומגעוואשענע. אויסגעפוצטע מיט גלאנציקע שיכעלאך. דרייען זיך שוין קינדערלאך ארום אין די גאסן -- און שיילן יאדער, וואס די מאמעס האבן זיי אין די קעשענקעס לכבוד שבת אריינגעלייגט. מיידעלאך מיט געפלאכטענע צעפלאך און אויסגעצוואגענע, גלאנציקע מיט נאפט אוּיסגעוואשענע קעפלאך., בארימען זיך איינע פאר דער אנדערער מיט זייערע שיינע שבת- קליידעלאך. מיט ווייסע געפרעסטע פאטשיילקעס אויף די קעפ, גייען ארויס אויפן גאנעק די באבעס און ווארטן אויף וועלוול ריישקעס, וועלכער גייט ארום איבער די גאסן מיט א שטעקן אין האנט און זאגט אן, קלאפנדיק מיטן שטעקן אין די לאדנס, אז מ'דארף שוין ליכט בענטשן.
די זון הויבט אן צו פארגיין. דער טאג גייט אוועק און לאזט איבער דעם פלאץ פארן שטעטלשן הארציקן פרייטיק-צו-נאכט פון די בתי-מדרשים לאזט זיך הערן דער טעמפולער ניגון פון ,לכו נרננה לה' נריעה לצור ישענו"... בערל נולמאן די באבע האט מיר דערציילט (זכרונות) לאנגע טבת אוונטן. אינדרויסן האט געברענט דער פראסט. די שויבן האבן זיך געבלימלט אין פארשיידענע שניי-שפיציקע בערג און געדיכטע טיפע בעריאזע וועלדער, דורך וועלכע מ'האט קוים געזען די גאס. אין שטוב, ביי א קליין נאפט לעמפעלע, וועלכער האט ציטערנדיק געווארפן טונקעלע שאטנס אויף די ווענט אויף וועלכע קינדערלאך האבן מורא געהאט צו קוקן, ווייל די באבע האט געזאגט, אז מיטן שטן טאר מען זיך ניט שפילן, ווארום שדים קאנען זיך חלומען, איז אין אזא אוונט געזעסן אויף א נידעריקן פוס-בענקעלע די באבע קעגנאיבער דער ,רובע" ארומגערינגלט מיט די אייניקלעך און געקוקט אויפן פייער, וואס האט פרייליך געטאנצט און געווארפן פייער- צונגען אין שווארצן פאררויכערטן קוימען אריין. פון מאל צו מאל האט די באבע אונטערגעווארפן אין פייער אריין א שמאלע לאנגע קינעלע וועלכע האט טראסקענדיק געווארפן פונקען אויף דער הילצערנער מיט פילינעס באשאטענער פאדלאגע.
פון צייט צו צייט האבן זיך פון דרויסן געלאזט הערן סקריפנדיקע טריט אויפן ווייסן געפרוּירענעם שניי, וועלכע ווערן לאנגזאם, לאנגזאם פארשוווּנדן אין דער נאכטיקער שטילקייט אריין. [8