Original scan
Original memorial-book scan 428
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1178

אין אזא טונקעלער אידיליע שטילקייט, האט די באבע באשע דערציילט אירע אייניקלעך, אז אמאל... גאר אמאל... האט איר באבע איר דערציילט... אז דער (הארין) איז געווען ווייט.... זייער ווייט הינטערן שטאט.. און יאר איין יאר אויס האט דער טייך מיט זיינע אייזדקריעות לאנגזאם געשניטן די ברעגעס און מיט לאנגזאמע דורות-טריט זיך דערנענטערט צום שטעטל.. און אייניקלעך האבן די כשוף-מעשהלע פון אמאל ווארט ביי ווארט געשלונגען פון דער באבעס מויל... און קליינע קינדער קעפעלעך האבן ניט פארשטאנען, וויאזוי קאן דער טייך גיין... דער פירקאנטיקער זייגער מיט זיין אוראלטער געבלימלטער ציפערבלאט און לאנגע מעשענע קייטן מיט די שווערע געוויכטער, וועלכע האבן דער גלאנציקער ,אומרוה" הין און צוריק געשטויסן, | האט מיט זיין קיינמאל ניט פארשפעטיקטן טיק-טאק... טיקטאק... די קינדערלעך אין דער באבעס שויס אין זיסע חלומות פון וואסערדפייען און מיט דער פראגע .ווי אזול"... אויף די ליפן, אין א טיפן שלאף איינגעשלעפערט... % . * יארן לויפן און קינדערלעך וואקסן אין א נאיווער, צופרידענער, און שטילער באלעבא- טישער רואיקייט. אין געסלאך, פון א גאנץ יאר ניט אויסגעטרינקנטע בלאטעס, האדעווען זיי זיך, ניט האבנדיק די מעגליכקייט א בליק צו טאן, אפילו דורך א קליין פענסטערל, אין דער ברייטער וועלט אריין און ניט וויסנדיק וואס דארט טוט זיך.

passage_9469bc537d76f9d3ae06e6b7
Passage 2normalized OCR · source chars 1180-2307

איז טאקע קיין וווּנדער ניט, וואס מיר; שוין אונטערגעוואקסענע קינדער, האבן ניט געקאנט פארשטעלן זיך אין אונזער פאנטאזיע א העכערן מענטש פון איציק דעם נירטשער, א רייכערן ייד פון מאכען און א שוואכערן פון דעם ,מאלטשיק"... צי איז נאך דא אין דער וועלט א פרימערע, גוט-הארציקערע יידענע ווי שרה-איטקע שד" בלינדע* ?... קאן דען געמאלט זיין א בעסערער מצה-שמורה-באקער ווי שמערל בייעזעס ? און ווּ געפינט מען אזא הארציקן זינגער, תהילים-זאגער און הקפות-פארטיילער ווי אברהם-לאסל ?... וועלכע שטעטל אויף דער וועלט פארמאגט דען א בעסערן חזן מיט משוררים, ‏ וי שמערל לאנסקי מיט זיין כאר ?.. און ווער קאן זיך גלייכן צו דער פרומקייט פונם ,מלאכל", וועלכער האט, קיינמאל ניט באקלאגנדיק זיך, איבערגעטראגן מיט אן אייביקן שמייכל איובס צרות ?... וועלכער יידישער ישוב איז נאך געבענטשט געווארן מיט אזא צדיק, ווי דער רב ר' דול 7 ווער נאך האט זוכה געווען צו פילן דעם טעם פון א חסידישן ניגונדל אין א שבתדיקן בין-השמשות ביים רבינס טיש, ווען יאסל קאלוזשני פלעגט פארגלאנצן די אויגן און מיט זיין דינער הארצלקער שטים אנפילן דעם חלל פון חסידישן ,שטיבל"* מיט שבתדדיקע זמירות- טענער ?.. ווער האט דען געקאנט אזו" התלהבותדיק טאנצן אויפן רבינס' טיש ווי שיע דער טוריפר ?>

passage_2e173b1c7f8d982ef534a505
Passage 3normalized OCR · source chars 2309-2584

צי איז בנמצא ערגעץ-ווּ א קליגערער שוסטער ווי אייזל ,טשופטשיק"? און בעסערער שניידער וול יאסל ,פודריק"... און נאך... און נאך פיל פיל יידן, זכרונם לברכה!... אט אזוי ,ווייט", האבן קינדערלעך געקוקט און אזויפיל האבן זיי פארשטאנעןז.. גליקלעכע, נאיווע, הארציקע קינדער-יאר]ן... [9

passage_e86f876efc9845ba7e770cd9