Original scan
Original memorial-book scan 429
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-948

+ * 4 אין פרילינג טעג, ווען די זון פלעגט ארויס פון איר ווינטערדיקן וואלקן-שלייער און צעווארעמען די פון א גאנץ ווינטער אנגעוואקסענע אייז-בערג, וואס האבן דערגרייכט ביז צום אפענעם מויל פון ברונעם אויף דער גאס; ווען די געלע אראפהענגנדיקע פון די שטרוי-דעכער ליכטלעך, וואס דער ווינטער פלעגט זיי אויסטאקן אין פארשיידענע קינסטלערישע פארמען. פלעגן אנהויבן טריפן ווארפנדיק שנעלע טראפנס אין דער אנגעשאטענער ,פריזבע". וואס פלעגט אויך דינען פאר א זיץ-באנק אין די זומערדיקע פארנאכטן -- אין אזעלכע פרילינג טעג פלעגן קינדערלעך מיט צופרידענע, גליקלעכע פנימלעך ארויסגיין צום טייד הארין און צוקוקן זיך ווי דער טייך וואקסט ארויס פון די ברעגעס און שלעפט, מיט א ווילדער קראפט, שטיקער אייז, וואס ווערן מיט א שרעקלעך גערויש צעשפאלטן און יאגן זיך, אוז קלעטערן ארויף איינער אויפן צווייטן, און גליטשן זיך אראפ, און פארשווינדן אין די טיפענישן פון אפגרונד, כדי זיך אין א וויילע ארום ווידער ארויפשטויסן און צעשניטן ווערן אויף די אייזדמעסערס וואס באשיצן דעם בריק פון פארניכטונג.

passage_02ca8a3371c3b5fa4a8e654a
Passage 2normalized OCR · source chars 950-1933

אט ווערן מיטגעריסן מיטן געוואלטיקן שטראם ביינער פון די קברים פון אלטן בית- הקברות, אט שווימן קלעצער, וואס דער ווילדער שטראם האט ארויסגעריסן פון אונטער די הייזער פון ,מצרים-געסל*, וועלכע קוקן שוין ארויס האלב אין וואסער אריין -- שיער ביים איינפאלן. די טייך רייסט דעם הויכן ברעג און רוקט זיך אלץ ווייטער -- און ווייטער... און דאן האבן קינדערלעך פארשטאנען דער באבע באשעס מעשהלע פון אמאל.. אז אמאל.. גאר אמאל... איז די טייך געווען ווייט... זייער ווייט... + * + ווען ניט די פינסטערע, שווארצע היטלערזוואלקנס, וועלכע האבן פארדעקט די הימלען פון יידישע קהילות און אפגעווישט זיי פון דער אויבערפלאך ניט איבערלאזנדיק אפילו קיין זכר, וואלטן אייניקלעך אין דאוויד"האראדאק דערציילט אויך היינט זייערע קינדער, אז אמאל.. גאר אמאל... איז געוועז... יזכור אלוהים את נשמות הקדושים !.. בערל נוימאן ווילסטו זיך באקענען מיט אונדזער שטעטל ? ווילסטו וויסן מיט וואס זי שמעקט? אין די ביכער פון שלום-עליכם און פון מנדלי-מוכר-ספרים וועסטו געפינען א גרויסן טייל פון דעם, וואס אונדזער שטעטל האט אין זיך פארמאגט.

passage_29cd54958b0aa303aa271c85
Passage 3normalized OCR · source chars 1935-2646

ווייל וואס האט זי דען ניט פארמאגט ? ארימע-לייט, שמשים, גבאים און סתם כלל-טוערס; פראצענטניקעס, פארזארגער פון יתומים און סתם בעלי-טובות ; א הקדש, א באד, א מקוה און ועל כלם... בלאטע! א ים פון בלאטע! ס'האט זיך אויסגעדוכט, אז ס'איז ניטא קיין שטיקעל ערד אויף דער גאנצער וועלט, וואס זאל זיין פריי פון בלאטע. בלאטע אין גאס, אויפן הויף, אויפן טראטואר און בלאטע ביז צום סאמע שטוב. וואס איז דען ניט געטאן געווארן, כדי פטור צו ווערן פון די בלאטעס ? פאר מיין צייט -- געדענק איך -- האט מען דריי מאל געהאטשעט די גאסן. און ווער געדענקט דאס ניט, ווי די גויים פלעגן אנפירן דעם כווארעסט און אויסלייגן אים הויך הויך לענג-אויס די גאסן און דעלנאך אנשיטן ערד אויף דעם ? מיינט איר דאך, אוודאי, אז ס'האט געהאלפן ? א נעכטיקער טאג ! 120

passage_e454b3c2d3d57eeb4f56cd55