נאך אלע האטשענישן און ערד שיטן, אז מ'פלעגט דארפן דורכגיין פאפיעראק די גאס, אט לאמיר זאגן, נעבן משה-יודע ליפשיץ, אדער יודל שאצקי, אדער שמעון לייכטמאן -- איז געווען ממש סכנות נפשות ! און אז עמיצער פון די איינוויינער פלעגט שוין יא זיין אזוי גוטהארציק און אוועקלייגן א פאר ברעטלאך אין ברייט פון דער גאס, איז מיינסטו שוין, אז ס'איז תורת לאקשן ? אט גייסטו שוין דורך טרוקן-פוס ? ס'הויבט זיך ניט אן און ס'לאזט זיך ניט אויס! ווי נאר דו שטעלסט אוועק איין פוס אויפן ברעטל, גיט זי זיך ארוק פארויס און זינקט איין אין בלאטע און דאן הויבט זיך אויף אינדערהויך דער צווייטער ברעג פון ברעטל און דו בלייבסט שטעקן מיט די שיך אין בלאטע, פארלירסט די גלייכגעוויכט און דו קוקסט שוין ניט, יא ברעטל -- ניט ברעטל, דו טאפטשעסט אין דער בלאטע, אבי וואס גיכער זיין אויף דער צווייטער זייט גאס. און ווען דו קומסט שוין אן אויף דער צווייטער זייט, קוקסטו זיך ארום צי קיינער זעט ניט און באדויערט די שיך און די לאנגע הויזן, וואס זענען פול מיט בלאטע כמעט ביז די קני. ארום גיטל יונה'ס שטוב איז גלאט געווען א געוואלד ! נעבן איר הויז, אויב איר געדענקט, איז דאך געווען דער מארק. אהין, אויפן מארק, זענען אלע האראדאקער יידן געלאפן אינדערפרי... און ס'איז טאקע געווען נאך וואס צו לויפן.
אויפן מארק איז געווען מכל טוב : ווילקעס, קאטשערעס. זאלינקעס, מולטערס. דייזשעס, לאפאטעס, צעבערס, פאמוניצעס, ווייקשאפטן, שיך או שטיוול -- פרעגט וואס ניט? היינט, ווער רעדט נאך פון עסנווארג? -- וואס נאר דאס מויל האט געקאנט אויסריידן ! אט, למשל, אייזל ,ליובעטש" האט ליב געהאט גרויסע יאזן -- איז ער געלאפן קויפן גרויסע פיש... מענדל ,דער בראצקער", ווידער, האט זיך געקאנט פארגינען נאר קליינע פלאטקאלאך -- איז ער אויך געלאפן כאפן א הורביטשקע פלאטקעס. גאנץ פרי, באגינען, גייען שוין אין גאס ביידע ברידער אייזיק בערושעס און שמואלדמיכל. זיי גייען פוז ערשטן מנין מיט די טליתים אונטער די ארמפ. ווו, א שטייגער, גייען זיי? אויפן מארק ! איינער קויפט א בינטל היי פאר דער בהמה און דער צווייטער -- א קנויל פראסטע פאדים אויף צו נייען די סוויטקעס פאר די פוערים. א סאך יידן, האבן בכלל ליב געהאט צו גיין אויפן מארק און זיך צוקוקן ווי מען קויפט און פארקויפט און אפשר וועט מען דערביי אויך קאנען כאפן א שטיקל מציאה !
אט, לאמיר זאגן, אזא משה'ל ,פיעטשקאליפ'" האט סתם ליב געהאט ארויסגיין מיט זיין שטעקעלע און קלייבן נחת פון אלץ... צייט האט ער, ברוך-השם, אייביק געהאט. בערל ,פיסטא- לעט", האט אויך ניט פיינט געהאט אזעלכע פארגעניגנס. איז טאקע, ווען זיי ביידע פלעגען זיך אויפן ניכטערן מאגן באגעגענען אויפן מארק, האבן זיי זיך אויסגעקליבן א באקוועמען ,סטראטע- גישן? פונקט און טרייבן הלצות און לאכן פון דער וועלט... אט אזוי, איז גאנץ שטאט אהין, ווער געלאפן און ווער געגאנגען. חיה-לאה שמאיעכעס איז געלאפן פארקויפן געפרעגלטע גריוון און פעטע אבדזשירקעס; שאשקע קארמאן איז געלאפן פארקויפן פרישינקע בייגל ; נאכע שרה'ינקעס איז געלאפן מיט א וואגן עפל און נאכע קאץ איז געגאנגען מיט שנעלע טריט, -- אפשר מאכט זיך א ביסל חזיר-האר צו קויפן. וויי ביים טאטן אין וויינגארטן האט זיך דארט געפילט שמחה ,דער יאפאניעץ". א ברייט- פלייציקער און גראב-פיסיקער מיט א פאר פישער שטיוול ארויפגעצויגן ביז צו די פאכוועס, א שטריק פארבונדן אויף דער פאדיאווקע פון וועלכער עס הענגען אראפ צוויי עקן אין ביידע זייטן, ווי ביי א חסיד דער גארטל -- דרייט ער זיך ארום אויפן מארק און זוכט פרנסה. ווייזט אויס, אז ער האט געהאט גרויסע פאליפן, ווייל זיין נאז איז תמיד געווען א ביסעלע |11