Original scan
Original memorial-book scan 431
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1103

געשוואלן און גערעדט האט ער אביסעלע ,האניווע". דאס האט אים אבער גארניט געשטערט אוועקצוטראגן עמיצן א פאר פוד קארטאפל אויפן פלייצע, אדער פייגעלע בייצל'ס דעם קאשיק אין שטוב אריין. אינדעראמתן האט ער זיך געשניטן צו זיין א באלעגאלע, אבער צו קיין פערד איז ער קיינמאל ניט צוגעקומען. * . * ס'פרעסט מיך, חס ושלום, ניט אויף די קנאה, נאר בעסער פון אלע האבן ביי אונז געהאט די ווייבער. ראשית-בל, האט א האראדאקער ייד ליב געהאט זיין ווייב והשנית, האט זי שווער ניט געארבעט. א זאשיק קארטאפל, א פעסל געשאטקעוועטע קרויט געמישט מיט רויטע יאגעדעס און א פאס זויערע אוגערקעס מיט באקלאזשאנעס איז געווען אראפגעשטעלט אין קעלער; הירזש, באבלאך. גרויפן, רעטשינע קאשע -- דאס האט יעדערער געהאט א זאפאס; א דייזשע ברויט פלעגט מען פארקנעטן אויף א גאנצער וואך... מילך? -- וועלכער האראדאקער ייד האט דאס ניט געהאט שטיין א בהמה אין שטאל ? נו, איז אויסער אריינטראגן א ברעמיע האלץ, איינהייצן דעם אויוון צושטעלן דעם ווארמעס און אויסקערן די שטוב, איז ניט געווען וואס צו טאן. איז טאקע געבליבן גענוג צייט צו שטיין אין פענסטער און קוקן ווער עס גייט פארביי אין גאס. שטייט די מאמע אין איין פענסטער, שטייט די טאכטער אין צווייטן און מ'בארעדט די גאס.

passage_bda9517bfbcb1d50c5c11b8e
Passage 2normalized OCR · source chars 1105-2159

גייט פארביי דער חזן מיט א פאר מענטשן, זאגט די טאכטער : מאמע. דו זעסט, מסתמא איז ביי וועמען א ברית ; גייט פארביי יאסל דער שמיד מיט דער פארבונדענער אויג -- מאמע, ווער איז געשטארבן ? האט מען געזען אנקומען פונווייטן א פאליציאנט, פארשווינדן זיי ביידע, די מאמע מיט דער טאכטער, שנעל פון פענסטער און ארויסכאפנדיק זיך פון דער הינטערשטער טיר מיט בעזעמער אין די הענט, הויבט מען אן -- צי מען דארף, צי מען דארף ניט -- קערן די גאס, ווייל זיי זענען זיכער, אז ער גייט מאכן א פראטאקאל. אט גייט פארביי עליע ,יאפעס" מיט א צעטל פון גמילות-חסדים-קאסע. ער גייט און דריזשעט, נעבאך, פאר קעלט. ישראל ,דער פוילער", פון פאך א היטל-מאכער, טראגט א פאר אויטשינעס אויף אויס- צושניידן ווארעמע קוטשמעס פאר די גויים אויף ווינטער. גייט און שלעפט דעם הינטן, קאטשענ- דיק זיך ווי א פעסעלע. שנעל שפרינגט משה'ל לאזערס און האלט אין איין הויבן מיט די אקסלען. ער הוקעט און שפייט או רעדט צו זיך אליין. וועלוול קושניר שפאנט אויך מיט זיינע לאנגע פיס, פאררייסנדיק דעם קאפ אינדערהויך. קוים וואס ער זאגט עמיצן גוטדמארגן. ער טראגט מיט זיך זיין פידל און גייט פארוויילן ריוועלע יודאוויטש מיט א קאנצערט.

passage_3955d3e0399e84f2dc6e440f
Passage 3normalized OCR · source chars 2161-2912

אט גייט פארביי שרה-לאה ,די כלה" מיט א גרויסן פעקל אונטערן פאטשיילע. לאנגזאם, טראט ביי טראט גייט זי, פונקט ווי זי וואלט געהאלטן אין איין ציילן אירע טריט. נאך איר גייט דער זון זעליג. ער גייט גלייך ווי א סטרונע, פונקט ווי ער וואלט האבן איינגעשלונגן א שטעקן. ער גיט זיך קיין בויג ניט, כאטש נעם און שטעל אים אוועק א גלאז וואסער אויפן קאפ. און אזוי גייען פארביי יונגע און אלטע, מענער און פרויען, ליידיקגייערס און בעלי-מלאכות. משה'ל מנחם'ס מיט א קעסטל געצייג און א זעג אין דער האנט ; שלמקה בן-ציונ'ס טראגט עמיצן א קאסטיום צום מעסטן; דוד ביילקעס איילט זיך צום פאראכאד און דער אלטער ,בויקאטש" האט זיך שוין אריינגעווארפן אין שווארצן ווינטערדיקן פאלטא מיטן געלן טכוירענעם, אויסגעריבענעם קאלנער, וועלכער געדיינקט נאך כמיעלניצקעס צייטן, ער גייט ,זייטאם", האלט 2

passage_ad7f404ee01aed366d3c0a85