Original scan
Original memorial-book scan 432
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-989

די הענט פארשטעקט אין די ארבל און שאקלט צו מיטן קאפ. וועגן יעדן איינעם האט מען, פארשטענדליך, וואס צו זאגן : חיים"יענקל ,דער האניק-קוועטשער* איז צו נידעריק, איסר גורוויטש איז צו הויך. אברהמל לעווין איז צו דיק, און שמואל ,דער פעטשקור" איז צו דאר. אן אייגנארטיקע און באליבטע באשעפטיקונג איז דאס שטיין אין פענסטער און ס'ווערט טאקע ניט מיאוס אפצושטיין שעה/ן-לאנג. אן אומעט פלעגט אבער ארויפפאלן אויף די פענסטער-קוקערינס, ווען מ'האט דערזעז פארביילויפנדיק מיט דראבנע טריטלאך דעם דאקטאר שאלקאווער. מסתמא איז שוין ווער גוט גוט קראנק. בסך-הכל האבן מיר געהאט איין דאקטאר אין שטעטל. מיינט איר וואס ? מיר האבן געהאט גענוג! ערשטנס, האט אים גאט געשענקט שטארקע פיס -- איז ער שטענדיק געלאפן, כדי אלעמען צופרידנשטעלץן ; און צווייטנס, פלעגט שוין יעדערער אליין וויסן וואס צו טאן מיט זיין קראנקן. איז עמיצער ביי אונז קראנק געווארן, האט מען געוווסט, אז ראשית חכמה דארף מען אים אויפהערן געבן עסן. טאמער איז ער דערנאך אפגעשוואכט געווארן און די היץ האט זיך געהויבן, איז שנית- חכמה -- א קאפשוק ליאד צום קאפ.

passage_edc41e5fd857028d3fc74673
Passage 2normalized OCR · source chars 991-2153

אז דער קראנקער איז געווארן גאר גוט אפגעשוואכט, פון ניט עסן, פארשטייט זיך, און כדבעי-דיק צוגעקילט פון קאפשוק ליאד -- דאן פלעגן זיך שוין שכנים אריינמישן און געבן אן עצה, אז מ'דארף שטעלן פיאווקעס -- דא איז געווען חכמה נומער דריי. און אז די פיאווקעס פלעגן דאס לעצט ביסל בלוט אויסזויגן און דער מלאך-המות איז שוין געשטאנען צוקאפנס, איז מען דאן געלאפן אין שול אריין, קלאפן אין ארון-קודש אוו בעטן רחמים. ערשט דערנאך פלעגט מען לויפן צום דאקטאר און פארלאנגען פון אים ער זאל ראטעוועז דעם חולה מסוכן. נאר פונדעסטוועגן זענען האראדאקער יידן בדרך כלל געווען געזונט און שמחים בחלקם. אממערסטן פלעגט מען ביי אונז קראנק זיין אויף ,עין-הרע". דערויף האבן מיר געהאט א באזונדערע ,דאקטארין" -- פייגל די שמידערקע. זי האט געהאלטן אין איין שפרעכן און שפייען, הוקען און שפייען און אירער א שפרוך האט טאקע געהאלפן, און ניט נאר דאס : האט איינער באקומען א געשווילעכץ אויפן אויג, אדער א גערשט, אדער אזוי א מכה, האט אים פייגל די שמידערקע אויסגעלעקט מיטן צונג און איר לעק האט טאקע געהאלפן. היינט ווער רעדט נאך וועגן אפשפרעכן א רויז? -- אויף דעם איז צו איר קיין גלייכן ניט געווען!... יא געהאלפן ניט געהאלפן, דער עיקר -- מ'האט געגלויבט, אז ס'וועט העלפן. ווייל הארא- דאקער יידן זענען גלויביקע !

passage_93632b044b8d4e13c2b2add8
Passage 3normalized OCR · source chars 2155-2666

האבן דען האראדאקער מאמעס ניט געגלויבט, אז ס'איז דא אין הימל א גוטהארציקע שרה בת-דטובים, וועלכע ווערט אראפגעשיקט פון הימל אפצוהיטן א יידישע קימפעטארין מיט איר ניי- געבארן עופה'לה ? און פארוואס טאקע זאל מען ניט גלויבן? -- ס'שטייט דאך בפירוש געשריבן אין טייטש-חומש ! און מ'גלויבט אויך אין דער סטרא-אחרא, רחמנא לצלן, וואס וויל דורך פארשיידענע אופנים און אפנארערייען דאס קינד צו דער טומאה פאנגן. זענען טאקע האראדאקער יידישע מאמעס מקפיד צו פארטיילן גוטע זאכן פאר קליינע חדרדיינגלאך, זיי זאלן גערן יעדן אויפדערנאכט 3

passage_9e9d02f4487c9416d2c5a9b0