קומען קרישמע (קריאת-שמע) זאגן. דערצו נאך פלעגט מען אויפהענגען ,שיר-המעלות ן* אויף יעדן פענסטער און טיר, וועלכע פארשטעלן יעדן אפענעם אריינגאנג פאר מזיקים און ניט-גוטע. האראדאקער יידן האבן געגלויבט אין אלץ, נאר אין איין זאך האבן זיי גיט געגלויבט. זיי האבן גיט געגלויבט, אז ס'קאן קומען א צייט, ווען חיות אין געשטאלט פון מענטשן וועלן ווען ס'איז הויבן אויף זיי א האנט און זיי אומברחמנותדיק אומברענגן. גוטמוטיקע, נאיווע, הארציקע יידישע מוטערס און פאטערס, קינדער און אלטעדלייט, סוחרים, בעלי-מלאכות, ארבעטער און הארעפאשניקעס ! מיטן ,אני מאמין" אויף די ליפן זענט איר געפירט געווארן צו דער מאסן-שחיטה. ווי גרויס איז דער בראך, ווען מ'דארף וועגן אייך שרייבן אין דער שפראך פון פארגאנגע- הייט... יצחק נאכמאנאוויטש ד.-האראדאק ביזן קריג דאוויד-האראדאק -- א קיין שטעטעלע, א קליינער קולטור-אינזעלע אין א ים פון פאלעסיער פינסטערניש און אפגעשטאנענקייט. נאענט צו גאט און ווייט פון מענטשן, וויל דערלאנגען זיך אהין איז געווען ניט פון די לייכטע זאכן. מיטן פור פון אייזנבאן-סטאציע. אן ערך 5 קילאמעטער, איבער א בלאטיקן וועג, אדער זומער מיטן ,פאראכאד" פון פינסק -- 14 ביז 18 שעה רייזע מיטן וואסער דורך די ווילדע, אייביק דרימלענדע וועלדער אוז זומפן פון פאלעסיע.
דער פריש אנגעקומענער מענטש, האט דא קיין באזונדערס ניט געקאנט מערקן. קליינע הייזלעך טוליען זיך צו דער מוטער-ערד, אזוי ווי זיי וואלטן געוואלט איינזינקען אין איר. אגב, עס איז דא געווען א גאס -- ,מצרים-גאס" האט איר דער פאלקס-נאמען גערופן -- וווּ הייזקעס זענען שוין ביז העלפט געווען איינגעזונקען אין דער ערד. אויסערליך האט זיך דאס שטעטל מיט גארניט רעקלאמירט. דאגעגען, ווען ס'האט געקוקט אולף דעם אן אייגענער מענטש, אן ארטיקער איינוווינער, וועלכער האט באויזן צו פארזוכן, דאס ארטיקע לעבן, דאס זיסע קערנדל פון אונטער דער דרויסנדיקער גרויער שאלעכץ, דאס לעבן פון די קליינע הייזעלעך מיט זייערע ליידן און פריידן, האט ער געפילט אין דעם א באזונדערן טעם. אין אלגעמיין איז דאוויד-האראדאק געווען אן אייגנארטיק און אינטערסאנט שטעטל. געוווינט האבן דארט ארום 18 טויזנט איינוווינער, פון וועלכע א 7--8 טויזנט זענען געווען יידן און די איבעריקע ווייסרוסן מיט א קליינעם פראצענט פאליאקן.
יאר-הונדערטער זענען פארביי, פיל שטורעמס און מלחמה'ס מיט פארשיידענע באנדעס זענען פארשווונדן און דאס לעבן אין שטעטל האט זיך ניט געענדערט. די באציאונגען צווישן די איינוווינער אין שטעטל זענען. אין אלגעמיין, געווען ניט קיין שלעכטע. אין דער צייט פון דער ערשטער וועלט-מלחמה. ווען אין שטעטל איז אריין באלאכאוויטש מיט זיין באנדע, האבן די ווייסרוסן פארהיט דִי יידן פון טויט, אויסבאהאלטנדיק זיי ביי זיך. די סאלידארישקייט פון דער באפעלקערונג האט זיך אויך ארויסגעוויזן, וועז אין א צייט ארום זענען געקומען רויט- ארמייער און געוואלט רעקוויזירן ביי דעם פוילישן פריץ די בהמות. די יידן מיט די ווייסרוסן האבן ניט איינגעשטימט מיט דעם און געשטעלט א פיזישן ווידערשטאנד. דאס שטעטל איז 124