דאן באשטראפט געווארן מיט א שטראף"-עקספעדיציע, וועלכע האט געשאסן די אנגעזעענסטע פערזאנען פון שטעטל. אזוי איז דאן דערשאסן געווארן בייצל יודאוויטש זכרונו לברכה. נאכהער, וועז איז שטעטל זענען אריין די ערשטע פאליאקן -- אויך גאנץ ,וווילע יונגען? -- האט דער פוילישער קסיאנדז פיל יידן אויסבאהאלטן ביי זיך. אזוי זענען פארביי פיל יארן. לענדער זענען פון דער אויבערפלאך אפגעווישט געווארן, רעזשימען האבן זיך געביטן און אין דאוויד"האראדאק האט דאס לעבן געפלאסן אן קיינע ענדערונגען. ס'האט געהערשט א שטילקייט -- עפעס א געמיטלעכע שטילקייט. געמיטלעך האבן דא אפילו די ,געטער" געלעבט... קעגנאיבער דעם קלויסטער זענען געשטאנען די יידישע שולן און בתי"מדרשים און אלץ איז אזוי נארמאל געווען. אויב עס זענען געווען פאזיטיווע אייגנשאפטן אין יידישן געזעלשאפטלעכן לעבן, האט איר דאס אין דאוויד"האראדאק געקאנט טרעפן.
פאליטיש אנטוויקלט, אבער מיט אן אינהאלט פון עטיק, דורכגעדרונגען מיט געפילן פון ברידערלעכקייט דורך אלע פארטייען און ארגאניזאציעס. דער מזרחיסט מיטן קאמוניסט האבן זיך יום"כיפור געטראפן אין שול. ס'זענען ניט געווען קיין גרויסע ,פירער? -- אלע גלייך ; יונג און אלט האבן זיך געטראפן ביי זייער ארבעט. יעדער האט געוווסט זיין פלאץ. א שאד, באמת, וואס שלום-עליכם איז דארט, זיינער צייט, ניט געווען, ווייל דארט האט ער געהאט אריגינעלערע פאלקסטימלעכקייט וול אין קבצנסק אדער כתרילעווקע. יעדער מענטש איז געווען, אן און פאר זיך, אריגינעל. יעדער פון זיי א לעבעדיקער ,נח פאנדרע"; אפילו נעמען ענלעכע, למשל: אברמ'ל דער ממזר, שאיע דער קיסר, דוד דער בריליאנט,, יודע די סקולקע א.א.וו. א.א.וו. איינפאך, באשיידן, ארעם אבער שטענדיק פרייליך און פון יעדן מיט זיינע וויצן און זיטן, וואלט מען געקאנט א בוך אנשרייבן.
עס איז שווער איבער צוגעבן די אריגינעלקייט און באשיידנקייט ; דער פרומסטער האט קיין פיאות און קאפאטע ניט געטראגן. דער אינטעליגענטסטער האט זיך מיט מאמע-לשון באנוצט. ס'זענען ניט געווען קיין ,מאניעקס"* און ,.מאציעקס", דאגעגן זענען חיים און בערל געווען אינהאלטסרייכער און ווערטפולער. ס'זענען געווען 2 רייכע ביבליאטעקן מיט די נייסטע ביכער, וועלכע זענען נאכן שווערן ארבעטס-טאג געלייענט געווארן. ארבעט און קולטור האבן דא געשפרייזט האנט ביי האנט. א מוסטערהאפטע יוגנט האט זיך דערצויגן אין דער פרעכטיק איינגעארדנטער ,תרבות"-שולע -- אלץ אין דער העברעאישער שפראך. נאכן ענדיקן די 8 קלאסן פון דער שולע, האבן פיל פון די אבסאלווענטן געפארןץ ווייטער זיך לערנען. אין פינסק און אין ווילנע האבן זיך זיינער-צייט געלערנט אין די מיטל-און הויך- שולן א 100 יוגנטלעכע פון דאוולד"האראדאק. אזוי איז געווען ביזן קריג. 5