האראדאקער דינאסטיע פון דעם בוך ,על החסידות" פון דייר רבינוביץ, וואס דארף דערשיינען
בערך אנהויב פון 19-טן יארהונדערט איז אין שטעטל דאוויד-האראדאק, נעבן פינסק., און נאך נענטער צו סטאלין, געגרינדעט געווארן א זעלבסטשטענדיקע חסידישע דינאסטיע. אירע אנהיינגער זענען אין דער סביבה פון פינסק געווען באקאנט מיט דעם נאמען ,האראדאקער חסידים" (צו אונטערשיידן פון ר' מנחם מענדל וויטעבסקער, וועלכער האט אויך געטראגן דעמזעלבן נאמען). דאס איז געווען דער קלענסטער צווייג פון די חסידישע דינאסטיעס אויף פאלעסיע און האט געהאט זיינע חסידים אין דעם איינגן קרייז : דאוויד"האראדאק -- לאכווע -- לונינעץ -- פינסק, קאז'אנהאראדאק. גענוי ווי די לעבעשייער חסידים האבן געפונען זייער ארט מערבדיק פון פינסק, צווישן פינסק און קאברין, איז די קליין גרופע פון האראדאקער חסידים געווען מזרחדיקער פון פינסק, צווישן פינסק און לאכווע. דער גרינדער פון דער דינאסטיע איז געווען ר' וואלף, געשמט ביי די חסידים מיט דעם נאמען: ר' וואלפצ'י (גינזבורג), א זון פון צדיק ר' שמואל הלוי פון קאשיווקע (א שטעטל אין וואלין, ניט ווייט פון באקאנטן חסידישן צענטער נעסוויזש) (368). ר' שמואל איז געווען א נאענטער חבר פון באקאנטן צדיק פון וואלין ר' מרדכי פון נעסוויזש. (369) ווי עס איז צו זען פון א בריוו צו אים פון ר' אשר פון סטאלין (370) און וועלכער שטאמט פון ערשטן פערטל פון 19-טן יארהונדערט (צווישן תקס"ב/1802 און אנהויב תקפ"ז/1826) זענען די ביידע צדיקים געווען אין פריינדליכע באציונגען און געווען מחותנים. אויף וועלכען אופן האט ר' וואלף געגרינדעט א זעלבסטשטענדיקע דינאסטיע אין צענטער פון ,קארלינער געביט" פעלן פרטים. דער איינציקער חסידישער מקור וועלכער דערמאנט ר' וואלפן באצייכנט אים אלס ,הרב אב בית דין". (571) אויך אין פאלק פלעגט ווערן דערציילט, אז ר' וואלף איז לכתחילה אויסגעקליבן געווארן אלס רב אין ,דאוויד-האראדאק* און
איז, מז הסתם א דאנק זיין יחוס אבות, געווארן אויך רבי. פרטים וועגן זיין פערזענליכקייט. זיין לעבן און דער גענויער יאר פון זיין טויט איז ניט באקאנט. אין פאלק האבן געלעבט פארשידענע לעגענדן וועגן זיין טויט, וואס זאגט עדות וועגן זיין פאפולאריטעט און אויטאריטעט. -- זיין יורש אויף דעם רבישן שטול איז געווען זיין זון ר* דוד. זיין באדייטונג איז געווען, ווי עס שיינט און ווי דאס פאלק דערציילט, ניט קיין גרויסע. אזוי צ.ב. ווערט ר' דוד בכלל ניט דערמאנט אין דער קורצער פאמיליען-ביאגראפיע, וועלכע שטאמט פון א חסידישן מקור. (572) דאגעגן איז ר' דוד'ס זון ר" ישראל יוסף הלוי געווען א צענטראלע פערזענליכקייט אין דעם קליינעם חסידישן צווייג און איז געווען זייער רבי ביז צום סוף פון ניינצנטן יארהונדערט. ער האט געשמט אלס למדן און האט געפירט זיין קליינע עדה יידן ביד רמה. הן זיינע בני עיר, הן פון דער סביבה האבן זיך באצויגן צו אים מיט דרך-ארץ. אין קעגנזאץ צו די בערעזנער חסידים וועלכע זענען דאס רוב געווען פון פשוטן המון, זענען צווישן זיינע חסידים געווען אויך אריסטא- קראטן, אפילו פון מתנגדישע הייזער. אזוי, צ.ב., בשעת זיין באזוך אין ,.האראדאקער שולכעךי אין פינסק פלעגט קומען צו אים ,צום טיש" דער דאמאלסדיקער חשובער ראבינער (רב מטעם), ככל-טוער און משכיל ביילין, (573) א.א. ר' ישראל יוסף איז געשטאנען אין פערזענליכע בא- ציונגעז מיט דעם באקאנטן צדיק פון וואלין ר' יצחק פון נעסוויזש, (574) פון די בריוו וועלכע ר' ישראל יוסף האט צו אים געשריבן (פון די יארן אנהויב תרי"ז/1856, אנהויב תרכ"ב/1861
429