Original scan
Original memorial-book scan 439
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1567

און תרכ"ד/1864) איז צו זען זיין גייסטיקע אפהענגיקייט פון ר' יצחק נעסוויזשער. מיט דעם אויסדרוק : ,איך בין מתפלל און בין זיך מתחנן פאר זיין (ר' יצחקס) קדושה ער זאל אונז להבא אויך ניט פארגעסן... איך זאל קענען זיצן אין מיין הויז רואיק...* מיינט ער מן הסתם די מחלוקת, וועלכע איז צו ‏ זיץ צייט געווען צווישן זיינע און סטאלינער חסידים וועלכע האבן אויף די האראדאקער חסידים געקוקט ווי אויף חסידים פון א צוייטער מדרגה. דער נוסח פון דאוונען אין זיין שול אין האראדאק. וועלכע האט געטראגן דעם נאמען .דעם רב'ס בית-מדרש", איז געווען נאענט דעם נוסח פון וואלין. ר' ישראל יוסף איז געשטארבן בערך תרנ"ט/1899 און א בשותפותדיקער ,אהל" אויף דעם קבר פון אים, פון זיין פאטער און זיידן איז געשטאנען אויף דעם האראדאקער בית-עולם. -- פון זיינע יורשים האט נאך געהאט א געוויסע השפעה זיין אייניקל ר' *צחק (געשטארבן תרס"ח/1908). צום לעצטן דור פון דער דינאסטיע האט געהערט ר' יצחקס אייניקל ר' אהרן, וועלכער האט זיך באזעצט אלס רבי אין שכנותדיקער שטאדט לונינעץ, און א צווייטער אייניקל, דער לעצטער האראדאקער רבי ר' משה, א תלמיד פון די ישיבות וואלאזשין און לידא, געווען באגאבט אלס מטיף, איז אויך געשטאנעז נאהענט צום ציוניסטישן געדאנק און איז געווען אלגעמיין געשעצט. ער איז אומגעקומען על קידוש חשם דורך די נאציס. -- בכתב איז פון די האראדאקער צדיקים, חוץ די אויבנדערמאנטע אייניקע בריוו פון ר' ישראל יוסף גארניט געבליבן. דאס אנטשטיין פון דער דינאסטיע בכלל איז צו פארדאנקן, מן הסתם, דאס אויסקלייבן פאר א רב א זון פון א חסידישן צדיק, וועלכער איז געווארן רב און רבי צוגלייך. אין דעם פרט איז זייער אנטשטיין ענליך דאס אנטשטיין פון דער ליבעשייער דינאסטיע. דער קליינער צווייג פון האראדאקער חסידים איז פארבונדן איינציק

passage_2308adfdfe0072302a879c0b
Passage 2normalized OCR · source chars 1568-2726

אליין מיט די פערזענליכקייטן פון די צדיקים ר' וואלף און ר' ישראל יוסף, וועלכע האבן, פארגרעסערט א ביסל די צאל פון דל חסידים אין דעם ענגען ווינקעל פון פאלעסיע. זענען אבער דערביי אליין געווען בלויז תלמידים פון דער חסידישער באוועגונג. (575) יצחק לייב זאגער אט שטייט זי פאר די אויגען די קלויז הייזקעלע אויפן ,שול-הויף* אין וועלכער עס האט זיך אויפגעהאדעוועט און געלעבט י. ל. זאגער. א ליבע ווארעמקייט האט דיך ארומגענומען ווען דו ביסט אריין אין דער דאזיקער הייזקעלע. זיינע עלטערן פשוטע פאלקס-טיפען פלעגן דיר אויפנעמען מיט אן אייביקן שמייכל אויף די ליפען. 8) קליינבוים, שמע שלמה, צווייטער טייל, ז. 21. 9) זכרון טוב וועגן ר יצחק פון נעסוויזש, פון י. לאנדא, ז. 94 פעטריקאוו, 1892). ר' שמואל איז געווען דער פאטער פון א זעלבסטשטענדיקער חסידישער דינאסטיע, וועלכע איז אפילו אין די חסידישע קרייזן פארגעסן געווארן. ר' שמואלס יורש אין קאשיווקע איז געווען זיין זון ר' מיכל און אין תרנ"ב/1892 אין זיין אייניקל רי שמואל געווען אין קאשיווקע רבי (זכרון טוב, ז. 93--94). 0) בית אהרן פון ר' אהרן פון קארלין, ז. 294 (בראדי, 1875). 1) זכרון טוב, ז. 93. 2) זכרון טוב, דארטן. 3) זע וועגן אים אין טויזנט יאר פינסק, ארויסגעגעבן פון ד"ר ב. האפמאן, ז. 270, 329. 4) זכרון טוב, דארטן.

passage_3030e0d43039d7916b54938b
Passage 3normalized OCR · source chars 2728-2955

5) די האראדאקער דינאסטיע גענוי ווי זייער מקור די קאשיווקער זענען אפילו ביי חסידים פארגעסן געווארן, אזוי אז מיר געפינען זיי ביידע ניט דערמאנט אין דעם באקאנטן שטאמבוים פון די חסידישע דינאסטיעס (,אילנא דצדיקיא'", ווארשע, 1927). 1

passage_0ff47e6007261c96fc5d75c0