Original scan
Original memorial-book scan 440
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-768

די רואיקייט, שטילקייט, און רייניקייט אין שטוב. די ליבליכקייט פון די מענטשן פלעגן דיר מאכן פארגעסן אז די געפינסט זיך אין א קליין נידעריק הייזקעלע. און ס'פלעגט זיך באקומען א געפיל פון רחבות. זיין פאטעור, א שמיד, איז ווי פיל אנדערע בעלי-מלאכות אין דאוויד"האראדאק געווען אויך א למדן און האט אויך זיין בן-יחיד אין דער ישיבה געשיקט. לערנענדיק נאך אין דער ישיבה איז ער מיט נאך א גרופע ישיבה-בחורים ווי פ. נובאק, ש. רעזניק א.א. באאיינפלוסט געווארן פון דער ציוניסטישער אידעע, און ביים ארגאניזירן זיך פון די ערשטע גרופן פון דער צעלרי-ציון באוועגונג אין דאוויד-האראדאק איז י. ל. זאגער גלייך צו זיי צוגעטרעטן. זיין גרענעצלאזע איבערגעבנהייט און ענטוזיאסטישע אקטיוויטעט האט אים גלייך ארויסגערוקט אין שפיץ פון דער באוועגונג מיט וועלכער ער האט אנגעפירט ביזן לעצטן טאג פון זיין לעבן.

passage_9b5772706c8e4bf61a798129
Passage 2normalized OCR · source chars 770-1772

י. ל. זאגערס אקטיוויטעט אין שטאט האט זיך ניט באגרענעצט בלויז אין די ראמען פון דער ,צעירי-ציון" באוועגונג און דערנאך אין דער פועלי-ציון (צ.ס.) פארטיי. ס'איז ניט געווען כמעט קיין איין געזעלשאפטלעכע אינסטיטוציע אין שטאט ווּ ער זאל ניט זיין צווישן די אקטיווע און אנפירנדע טוער. אזוי האט ער פיל צייט און ענערגיע אוועקגעגעבן דער פאלקס- ביבליאטעק א;נ. פון י. ל. פרץ וואס ער איז געווען צווישן אירע גרינדער. דעם קק"ל, דער גמילוּת-חסדים קאסע און בפרט דעם יתומים קאמיטעט ,צענטאס', וואס אדאנק זיינע פאר- בינדונגען מיט אמעריקע און אדאנק דעם צוטרוי וואס מ'האט געהאט צו אים האט ער עקזיסטירט ביזן לעצטן מאמענט. י. ל. זאגער איז געווען א געזעלשאפטלעכער טוער שלא על מנת לקבל פרס. זיין ארנט- לעכקייט איז געווען א שם-דבר אין שטעטל. כאראקטעריסטיש איז אז אין די אלע אינסטיטוציעס אין וועלכע ער איז געווען טעטיק, האט מען אים שטענדיק אנפארטרויט דעם קאסירער אמט. צו זיין היסטארישן ביכעלע אין וועלכן ער פלעגט מיט דראבנע רש"י אותיות פארשרייבן גענוי אלע הכנסות און הוצאות פון די אינסטיטוציעס האבן אלע געהאט אן אומבאגרענעצטן צוטרוי.

passage_7af38885d90bac8f5c952e01
Passage 3normalized OCR · source chars 1774-2901

י. ל. זאגער האט געקענט יעדן איינעם אין שטעטל אין יעדער האט אים געקענט. פאר אים פלעגט מען זיך פארטרויען, צו אים פלעגט מען קומען בעטן הילף. אינטערווענירן וועגן א הלואה אין גמילות-חסדים קאסע. און ער איז שטענדיק געווען גרייט צו העלפן אויב נאר ער איז געווען איבערצייגט אז די געגעבענע פערזאן איז אין א קריטישער לאגע. און ער האט תמיד געוווסט ווער ס'נויטיקט זיך יא און ווער ניט. ער האט ניט געהערט צו די ,רעדנערס", ער איז שטענדיק געווען פון די ,גאה-מקיימים". ווען אין יאר 1938 האבן געדארפט פארקומען קהילה-וואלן אין שטעטל איז דער נאטירלעכסטער קאנדידאט אויף ראש-הקהל געווען י. ל. זאגער. די פועלי-ציון (צ.ס.) פארטיי מיט די האנטווערקער זענען געגאנגען צו די וואלן מיט א געמיינזאמער ליסטע אין שפיץ פון וועלכער עס האט פיגירירט י. ל. זאגער. זיין פאפולאריטעט אין שטעטל האט פארזיכערט דעם נצחון פון דער ליסטע אין די דאזיקע וואלן. ווייל אלע האבן אין אים געוואלט זען דעם ראש- הקהל. ליידער האבן געוויסע קרייזן איבערגעגעבן וווּ מען דארף וועגן די שטימונגען אין שטעטל און דער סטאראסטא האט אויפן סמך פון טרויעריק בארימטן פאראגראף 20 געפסלט די ליסטע, וואס האט ארויסגערופן פארביטערונג און אומצופרידנהייט צווישן דעם גרעסטן טייל פון דער יידישער באפעלקערונג.

passage_9b0fd01405a48e391767d608
Passage 4normalized OCR · source chars 2903-3074

די לעצטע יארן האט ער געארבעט אויף די פאראכאדן אלס באפולמעכטיקטער פון זיין שוואגער אין אמעריקע. אויך דא איז ער געוועז קאסירער, צו דער גרעסטער צופרידנהייט פון די שותפים. 11

passage_193e95eac6f331764a820573