בא דער ארבעט האט ער זיין טויט געפונען. באדנדיק זיך אין נירטשע איז ער דערטרונקען געווארן שבת דעם 1דטן אוגוסט 1939. זיין טויט האט ארויסגערופן א פארשטענדליכן גרויסן טרויער אין דער גאנצער שטאט. הלוית יצחק"לייב זגר בדויד-הורודוק -- 1939 די לויה פון יצחק-לייב זאגער אין דאוויד"האראדאק -- 1939 עס איז גלייך געשאפן געווארן א געזעלשאפטלעכער לויה-קאמיטעט פון פארשטייער פון אלע פארטייאישע און געזעלשאפטליכע אינסטיטוציעס. די לויה איז פארגעקומען אויף צו- מארגנס זונטיק דעם 2-טן אוגוסט מיט גרויס פאראד מיט דער באטייליקונג פון דער גאנצער יידישער באפעלקערונג פון שטאט. אויפן שול-הויף האבן אים מספיד געווען פארשטייער פון אלע פארטייאישע און געזעלשאפטליכע אינטיטוציעס. מ'האט אים מקבר געווען אין דער ריי פון אלע פארשטארבענע גדולי הדור בא אונז אין שטאט. דער געזעלשאפטלעכער לויה-קאמיטעט האט אויסגעטיילט פון זיך 3 פערזאן וועלכע האבן אויסגעארבעט א גענויעם פלאן וויאזוי צו פאראייביקן זיין נאמען דורך בויען א הויז פארן יתומים-קאמיטעט און דער פאלקס-ביבליאטעק י. ל. פרץ אויף י. ל. זאגער'ס נאמען. צו די שלושים פון זיין טויט, דעם 2-טן סעפטעמבער 1939, האט געזאלט פראקלאמירט ווערן די אקציע אויף צו שאפן די געהעריקע מיטלען דערצו.
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1100
passage_96560775bb49a067024e2550
Passage 2normalized OCR · source chars 1102-1450
ליידער האט דער אויסברוך פון דער צווייטער וועלט-מלחמה, דעם 1-טן סעפטעמבער 9, צונישט געמאכט אלע פלענער און מ'האט אפילו ניט באוויזן צו שטעלן א מצבה אויף זיין קבר. אפשר איז עס סימבאליש וואס אזא ריינע, ארנטלעכע און לויטערע נשמה איז ניט פאר- פלעקט געווארן דורך די מערדערישע נאצישע און אַרטיקע פארברעכערישע הענט. יהי זכרו ברוך ! יה ליפשיץ, ש. צעציק 32
passage_28f4ba6d77712467faadc7a5