Original scan
Original memorial-book scan 444
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-991

מ. ראפאפארט מייןז באזוך אין דאוויד-האראדאק ערב דעם אויסברוך פון דער צווייטער וועלט-מלחמה גרויס איז געווען מיין בענקשאפט ווידער צו זען מיין שטעטעלע, באזוכן מיינע עלטערן, קרובים און באקאנטע, נאכאמאל ארומשפאצירן אין די גאסן און געסלאך פון געבורטס-שטעטל און זיך טרעפן פנים אל פנים מיט די אלע, מיט וועלכע כ'האב מיך אויפגעהאדעוועט. דערצויגן און געארבעט לאנגע יארן. זוכה געווען דערצו האב איך הארט פארן אויסברוך פון דער צווייטער וועלט-מלחמה בעת מיין באזוך אין פוילן. געוועז איז דאס אין ענדע אויגוסט 1939. גאנץ אייראפע איז דאן געווען דורכגעדרונגען מיט שרעק און מורא פאר דער דערנענטערנדער זיך מלחמה. איבערהויפט איז געווען פול מיט ציטער און שרעק דאס פוילישע יידנטום. קיינער האט ניט געוווּסט וואס מארגנדיקער טאג וועט מיט זיך ברענגען. די מיליטערישע צענזור איז געווען זייער שטרענג און די יידישע פרעסע האט געקענט בלויז מיט רמזים און צווישן די שורות אנדייטן וועגן דעם וואס עס קאן געשען. קיינעמס הארץ האט ניט פארולסגעזאגט, ווי נאענט ס'איז דער חורבן און ווי גרויס ס'איז דער אומגליק, וועלכער דערנענטערט זיך.

passage_f44e6a659ca025c674dd6f22
Passage 2normalized OCR · source chars 993-2074

מערערע פרטים האבן מיר באקומען אין ענגלישן קאנסולאט אין ווארשע, וווּ ס'איז אונז גלייכצייטיק שטרענג אנגעזאגט געווארן, מיר זאלן אין פארלויף פון 24 שעה פארלאזן פוילן. אן אומדערווארטעטער קלאפ איז געווען פאר מיר די דאזיקע אנווייזונג. וואס טאן -- האב איך מיך אליין געפרעגט -- צוריקפארן ניט זעענדיק מיין היים, מיינע עלטערן, חברים און באקאנטע, אדער זיך לאזן אויפן מער געפערלעכן וועג און פארווירקלעכן מיין טרוים כדי זיך זען מיט די אלע, וועלכע זענען מיר אזוי ליב און טייער ? כ'האב מיך דעצידירט אויפן מער סכנותפולן וועג און זיך אראפגעכאפט אויף א פאר שעה אהיים. ס'איז שוין פינסטער געווען, וועז כ'בין אנגעקומען קיין דאוויד"האראדאק ; פארטאג האב איך זי פארלאזט. כ'וועַל קיינמאל ניט פארגעסן די דאזיקע געציילטע שעהן, וועז מיין עלטערן-הויז האט זיך מיטאמאל פארוואנדלט אין א טרעף"יפונקט פאר אלע דאוויד-האראדאקער יידן. אייניקע פון זיי זענען געקומען אפנעמען א גרוס פון קרובים און באקאנטע, אנדערע ווידער -- צו הערן נייעס פון לאנד. מיר האבן אלע געפילט, אז דער באדן ברענט אונטער אונדזערע פיס און א ביטערער וויידגעשריי האט זיך געהערט פון אלע פארזאמלטע : וואס ווייטער ?‏ ווי אזוי אנטלויפט מען און וווהין ?

passage_6ffad7549a7b29f2278a5eab
Passage 3normalized OCR · source chars 2076-2410

כ'דערמאן מיך, ווי ס'האבן געשטראלט אלעמענס פנימער, הערענדיק א לעבעדיקן גרוס פון לאנד, וועגן אונזערע דערגרייכונגען און ראנגלענישן, וועגן ליכט און שאטן וואס שפרייזן זאלבאנאנד, וועגן מעכטיקן אויפבוי ווערק, וואס ווערט געשאפן אין אונזער לאנד. אין מיינע רייד איז געווען אויך א שמץ פון פארוווּרף צו ד" אלע, וועמענס ארט ס'איז געווען צוזאמען 5

passage_f1417a7d3b47b87c1a5cb464