Original scan
Original memorial-book scan 445
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1071

מיט אונז דא אין לאנד, נאר ליידער האבן קליינליכע און אומבאדייטנדע אזיסרעכנונגען דעצידירט וועגן זייער גורל. א לילדשימורים איז דאס געווען. אלע האבן גערעדט און אלע האבן געפרעגט. אנהויבנדיק פון הרב שפירא ז"ל -- אן איבערגעגעבענער און טרייער ציוניסטישער עסקן. וועלכער האט נאך זוכה געווען אנקומען אין לאנד אריין -- און ענדיקנדיק מיט אנדערע. יעדע קלייניקייט האט זיי א"נטערעסירט: די עקאנאמישע לאגע, די געשעענישן, א.א.וו. גאנץ שווער איז מיר אנגעקומען צו פארענטפערן די אלע פראבלעמען. די געמיטער האבן זיך ערשט דאן בארואיקט, ווען כ'האב צוגעזאגט אויף צומארגנס אנטייל נעמען אין א פארזאמלונג אויף וועלכער ס'וועלן ברייטער און יסודותדיקער ארומגערעדט ווערן די אלע פראבלעמען. ליידער איז די דאזיקע פארזאמלונג ניט צושטאנד געקומען -- פונקט אזוי, ווי ס'זענען ניט צושטאנד געקומען און ניט פארווירקלעכט געווארן די בעסטע חלומות און שטרע- בונגען פון מיינע טייערע לאנדסלייט... די פארזאמלונג איז ניט פארגעקומען צוליב דעם, ווייל כ'האב אין זעלבן מאמענט באקומען א טעלעגראמע פון מיין פרוי און פון די אינסטאנצן אין לאנד, וועלכע האט קורץ געלויטעט : ,צוליב דער אנגעשטרענגטער לאגע זיך גלייך צוריקקערן". % 4 *

passage_bde65edf98524b5c190f0d61
Passage 2normalized OCR · source chars 1073-2187

ס'איז נישטא קיין נחמה און קיין קאמפענסאציע פארן גרויסן אומגליק, פארן אומברענגען אט די אלע ארבעטס-מענטשן, הארעפאשניקעס, מענטשן פון תורה און קולטור, איניציאטיוו און פון יידישער און ציוניסטישער גרענעצלאזער איבערגעבנהייט. ווי יונגע צווייגן זענען זיי אפגעשניטן געווארן דורך פרעמדע מערדערישע הענט. די איינציקע נחמה איז די לעבעדיקע מצבה, וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אין אונזער לאנד -- אין ישראל -- אט די אלע הונדערטער משפחות פון דאוויד"האראדאקער יידן, וועלכע זענען געראטעוועט געווארן מיט זייערע פרויען און קינדער און ביי וועלכע עס שפרודלט א פולבלוטיק לעבן אין אלע ווינקעלעך פון אונזער לאנד. זיי ארבעטן, שאפן און דינען צוזאמען מיט אלע ישראל-בירגער, ווי א לעבעדיקע, פעסטע מויער פאר דער באנייענדער זיך מדינה. מ. שור עמי מיינע לעצטע טעג אין דאוויד-האראדאק די סאוויעטישע אקופאציע-מאכט האט צעטיילט די איינוווינער אויף דריי שיכטן : א) די באגלויבטע שיכט. עקס-קאמוניסטן, אין וועלכע מ'האט ניט געפונען קיין אפנייגונג, און אויך די יעניקע וועלכע האבן ביי דער אינוואזיע דעקלארירט עפנטלעך זייער פולע סימפאטיע צו דער באלשעוויסטישער מאכט און קיינער האט ניט רעקלאמירט קעגן זיי. ב) די פיינט פון רעזשים, די רייכערע און ציוניסטישע טוער.

passage_656cc0752aeefaf1b4ebbb8b
Passage 3normalized OCR · source chars 2189-2768

ג) סתם איינווינער, וועלכע מ'דארף א לענגערע צייט איבערדערציען צו ראיעלקייט, מיט דער האפענונג, אז ווען ניט איז, אין דער צוקונפט, וועלן זיי ווערט זיין גערופן צודווערן מיטן נאמען בירגער פון ראטן-פארבאנד. די מערהייט דאוויד-האראדאקער באפעלקערונג האט געהערט צו דער צווייטער און דריטער קאטעגאריע. מענטשן פון דער צווייטער קאטעגאריע, וועלכע מ'האט ניט געמסר'ט און ס'זענען קעגן זיי ניט צוגעטראגן געווארן קיין אפיציעלע אדער ניט-אפיציעלע אנקלאגעס. זענען אויטאמאטיש איבערגעפירט געווארן צו דער דריטער קאטעגאריע. אין די מאנאטן מערץ און אפריל 1941 זענען מאביליזירט געווארן הונדערטער יוגנטלעכע 6

passage_c0c039f43290db56fcda538c