אין די ,ארבעטס-באטאליאנען" (אין רוסיש : ,סטרויעוואי באטאליאן"), און די מערהייט איז געשיקט געווארן בויען פלל-פלעצער נעבן די גרענעצן פון ווייסרוסלאנד, ווי צ.ב. אין קאברין און ביאליסטאק. איך האב אנגעהערט צו דער קאברינער גרופע. דעם צוואנציקסטן יוני איז אויסגעקומען א יידישן בחור שטיין אויף דער וואך איינס אזייגער באנאכט. ער האט זיך פארשפעטיקט אויף פינף מינוט. באלד האט דער אפטיילונג- קאמאנדיר -- גור, א סאוויעטישער בירגער, אלארמירט די גאנצע אפטיילונג און דעם בחור געטאדלט עפנטליך: ,פאררעטער! ווען מארגן ברעכט אויס די מלחמה, וואלסטו דאן אויך פארשלאפן ? אין דריי טעג ארום וועסטו שטיין צום געריכט. אין אכט-און פערציק שעה ארום האט זיך צעפלאקערט די דייטשיש-רוסישע מלחמה. לופט-אטאקן און הארמאטן-באמבאדירונגען האבן אונז באגלייט ביים צוריק וועג אהיים. איך האב מיך באמיט שטענדיק זיך געפינען מיט דאוויד-האראדאקער. די אומארדענונג איז געווען גרויס. עס זענען געגעבן געווארן קעגנזעצליכע באפעלן. וווּ מיר האבן זיך געדרייט זענען געווען די דייטשן. באטאג האט מען ניט געקאנט זיך צוריקציען און מיר זענען געוועז געצווונגען ליגן אין וואלד אדער אין בלאטע און לויפן באנאכט. איין ציל האבן מיר געהאט פאר זיך: אהיים.
דעם 26.6.1941, פרייטיק פארנאכט, בין איך געקומען קיין דאוויד"האראדאק מיט מיין אומפארגעסלעכן חבר משה שעכטער, דוד'ס זון און וואלף דעם צייטונגספארקויפערס אייניקל. כ'האב דאס שטעטל ניט דערקאנט. וועלכער דאוויד-האראדאקער געדענקט ניט די שעהן פארן אנקומען פון שבת ? די קרעמערס איילן זיך שליסן די געשעפטן, און די בעלי-מלאכות ענדיקן אויס זייערע ארבעטן. פון אלע זייטן לייכטן די שבת-ליכט, און. אלע גייען אין שול אריין מיט די קינדער. און יעצט -- אין ווי תשעה-באב באנאכט. שטארק-פינסטער אין די גאסן, און ביי יעדן ייד אויפן געזיכט ליגט דער פחד פאר די דייטשן וואס דערנענטערן זיך צום שטעטל. באלד האבן אונז ארומגערינגלט באקאנטע פנימיער, און איידער מיר האבן געביטן אונזערע צעשאטענע קליידער האבן מיר באדארפט ענטפערן אויף כל'ערליי פראגן. דא האט מען געמיינט אז אלע מאביליזירטע זענען געפאלן; צומארגנס -- שבת -- האבן אנגעהויבן קומען אנדערע. מיין משפחה איז שוין ניט געווען אינדערהיים. ס'האט זיך ארויסגעוויזן אז זיי, צוזאמען מיט אנדערע צענדליקער פאמיליעס, זענען געלאפן צום רוסישן גרענעץ. צומארגנס שבתדצו- נאכטס זענען זיי צוריקגעקומען ווייל מ'האט זיי ניט געלאזט איבערגיין די גרענעץ.
די שטעטל איז געווארן פול מיט פליטים פון די ארומיקע שטעטלעך. די מורא איז געווארן שטארק. די גויים האבן פארריסן די קעפ : ,פארביי אייער צייט יידן! עס גייען שוין די סאוויעטן אוועק פון דאנען". אומארדענונג האט געהערשט אומעטום. איין טאג זענען מאביליזירט געווארן מאסן. און דעם צווייטן טאג האט מען אלעמען פריי געלאזט צוליב מאנגל אין קאמוניקאציע. די לעצטע גרופע מאביליזירטע איז געשיקט געווארן דעם 28-טן יוני צו מינסקדצו. אין א חברים-באראטונג וועגן אונזער ווייטערדיקן וועג האבן זיך צוטיילט די מיינונגען. משה שעכטער איז געווען מיט די וואס האבן באשלאסן בלייבן. יצחק גאלמאן מיט מיר האבן באשלאסן צו גיין. מיר האבן דאס צווויסן געגעבן אונזערע פאמיליעס און די געוועזענע מיטגלידער פון דער ציוניסטישער יוגנט מיט וועלכע זי באציאונגען זענען ניט איבערגעריסן געווארן. די מערהייט האבן זיך אפגעזאגט פון גיין. דעם 6-טן יולי באגינען האבן די לעצטע סאוויעטישע באאמטע פארלאזן די שטעטל. ניט אפגערעדטערהייט האבן מיר, צוואנציק בחורים און מיידלאך, זיך געטראפן אין אוונט אויף 7