אלשאנער גאס. אין וועג האבן מיר באגעגנט נאך עטלעכע יוגנטלעכע. וועלכע האבן ניט געוואלט צושטיין צו אונז, זאגנדיק אז ,דער דייטש איז ניט עורגער פון רוס. אין דעם נייעם רעזשים וועלן מיר זיך אויך איינארדענען". אז מיר זענען געקומען צום גרענעץ האבן די וועכטער פאר קיין פאל אונז ניט געלאזט דורכגיין. קיין אויסרייד האט ניט געהאלפן. עטלעכע זענען מאראליש געבראכן געווארן. יצחק גאלמאן, מרים פרענקל, צירל בעגון און שושנה אייזנבערג זענען צוריקגעגאנגען אהיים. איינער פון אונז, א געבוירענער אין איינעם א גרענעץ-דארף, האט איינגעשטימט פירן אונז מיט הינטערוועגן און באנאכט איבערפירן די גרענעץ. מיר זענען געגאנגען בלויז מענער אין דער ריכטונג פון מאלישאוו. פארנאכט האבן מיר באגעגנט באוואפנטע פאטרולן, וועלכע זענען צופעליק געווען באאמטע ביי אונז אין שטעטל. דער אטראד-קאמאנדיר ראכלין וואס איז געווען סעקרעטאר פון דער קאמוניסטישער פארטיי אין דאוויד"האראדאק, האט אונז ,געוואלט פארשטיין", ער האט אונז באשטימט אן ארט נעבן זיין לאגער און צוגעזאגט געבן מארגן אינ" דערפרי א תשובה ,אויב ס'וועט אים געלינגן קריגן פאר אונז געווער". די נאכט איז געווען א שוידער-נאכט. פונווייטן האבן מיר געזען שריפות אין אונזער שטעטל. די דייטשן זענען שוין דארט געווען און אנגעהויבן ראבעווען.
אינדערפרי איז געקומען די דראזשקע מיט די פארטיזאנער צוריק פון טורעוו. באלד זענען מיר אויפגעפאדערט געווארן צום קאַמאנדיר. ,קיין געווער האב איך גיט באקומען" -- זאגט ער -- ,נאר איר מעגט איבערגיין. די זאך איז איינגעארדנט מיטן קאמענדאנט פון גרענעץ-וואך". גלייך האבן מיר אנגעהויבן לויפן פארויס, און ניט געטראפן אויפן גרענעץ קיין איין לעבעדיקן סאלדאט. הערנדיק וועגך דייסשישך פארשריט זענען זיך אלע צעלאפן. זייענדיק שוין ביי טורעוו האבן מיר דערזען פונווייטן -- פונקט אונז אנטקעגן -- פאַרט א לאסט-אויטא אנגעלאדן מיט סאלדאטן און מיט אן אנגעשטעלטן מאשין-געווער. מיר האבן ניט געוווסט צי זענען דאס רוסן, אדער דייטשן. לינקס האט זיך געצויגן א בית-עולם. מיר האבן זיך נעבן די מצבות באהאלטן. אז די מאשין איז פארביי, האבן מיר פארטגעזעצט אונזער וועג. פארנאכט זענען מיר געקומען קיין טורעוו אויף עכטן סאוויעטישן באדן. 38