Original scan
Original memorial-book scan 450
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1115

די לעצטע טעג פון דאוויד-האראדאקער יידן דקם 5-טן יולי 1941 זענען די דייטשן אריין קיין דאוויד-האראדאק. עטלעכע וואכן נאך זייער אייננעמען די שטאט, האט זיך איינגעגעבן די ארטיקע קריסטן מיט מארייקא, קולאגא און לעטון ימחדשמם בראש, שאפן דעם איינדרוק, אז די שטאטישע יידן ווארטן אז די רויטע ארמיי זאל זיך אומקערן. אלס רעזולטאט דערפון האבן די קריסטן באקומען א דערלויבעניש פון דער ס.ס.-צענטראלע אין פינסק, טאן מיט די יידן לויט זייער איינזען. דעם 16-טן אוגוסט אזייגער פיר פארטאג, זענען ארומגערינגלט געווארן אלע יידישע קווארטאלן און אלע יידישע מענער מיט די קינדער ביז אכט יאר, זענען געבראכט געווארן נאקעט און בארוועס צום קאנצענטראציעדפונקט אויפן הויף פון קאטוילישן קלויסטער -- און פון דארט צו זייער לעצטן וועג. יעקב, אבא גערצולינס זון, דער איינציקער ייד וועמען א קריסט האט געווארנט און דערציילט וועגן שיקזאל פון די אוועקגעפירטע, האט געפרוווט אנטלויפן. נאר די קוילן פון די מערדער האבן אים געטראפן און געטויט אויפן פלאץ. אלע וועגן זענען געווען פארשפארט דורך די מיעשטשאנעס אן קיין מעגלעכקייט צו אנטלויפן. פון קאנצענטראציע-פונקט זענען די יידן אוועקגעפירט געווארן צו די צוויי ברלדער- קברים, וועלכע זענען געווען אנגעגרייט פון פריער.

passage_80aaf13825a049100eedbb74
Passage 2normalized OCR · source chars 1117-2053

וועז די יידן זענען געקומען צו די גריבער, האט מען זיי געהייסן זיך אויסטאן און אריינגיין אין די גריבער, וווּ מ'האט זיי באשאסן מיט מאשין-געווער. א גרופע יידן מיט לייב טרייסטער אינדערשפיץ, זענען געבליבן דורך די מערדער צו סארטירן די געפאלענע קערפערס אין די אקאפעס. נאכדעם זענען אויך זיי דערמארדעט געווארן. נאכן מארד זענען די אקאפעס פארשאטן געווארן דורך די מיעשטשאנעס וואס האבן זיך באטייליגט אין מארד. נאר איינצעלנע איז געלונגען אויף פארשיידענע וועגען זיך אויסצובאהאלטן, אבער ענדלעך האט דער גרויזאמער שיקזאל אויך זיי געטראפן. נחמן יאנוש יאסל'ס זון, איטשע דעם מילכיקערס אייניקל, איז געלונגעז אנטלויפן און דורכן דארף בערעזשנאיע איז ער געקומען אין סטאלין. דארט האט ער זיך פארהאלטן א יאר אין געטא, ביז ער איז אומגעקומען צוזאמען מיט די סטאלינער יידן. יעקב, ליטמאן קאלוזשינס זון משה אלייניקס אייניקל, האט זיך באהאלטן עטלעכע טעג ביז א קריסט האט אים געמסרט. מ'האט אים פארשלעפט אין געסטאפא און געפייניקט ביז ער איז אויסגעלייזט געווארן מיט א קויל.

passage_377313f0a27f8df0f345df8b
Passage 3normalized OCR · source chars 2055-2609

ר' אהרן סלאמיאנסקי, וואס האט זיך עטלעכע טעג באהאלטן ביי א קריסט האט געמוזט פארלאזן זיין באהעלטעניש, ווייל דער גוי האט מורא געהאט מ'זאל אים אליין ניט הרגענען פאר אויסבאהאלטן ביי זיך א ייד. ניט האבנדיק קיין אויסוועג האט ר' אהרן געוואלט גיין אהיים. פארבייגייענדיק דעם בריק האבן אים גויים געכאפט און אריינגעווארפן אין טייך אריין. ער האט זיך באלד דערטרונקען. א דאנק זיין פרוי רחל ע"ה, וועלכע האט אריינגעלייגט אין דעם איבער- מענטשלעכע כוחות, איז ער געבראכט געווארן צו קברדישראל. שמחה, משה אהרן מישאלאווס זון, האט זיך צוויי וואכן באהאלטן ביי זיך איז קעלער, (1

passage_aca1984a872479466a282d7c