Original scan
Original memorial-book scan 451
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-962

נאר די קריסטלעכע דינסט האט אים איבערגעגעבן אין גויישע הענט. זיי האבן אים ארויס- געשלעפט פון קעלער און דערמארדעט ביי אים אין שטוב פאר די אויגן פון זיין פרוי און קינדער. איסר, ניסן גורוויטשעס זון, האט זיך באהאלטן אין א קליידער-שראנק. די מיעשטשאנעס, האבן אים געפונען, ארויסגעשלעפט פון דארט און פארשלעפט אין מארק. געשלאגן אים מכות- רצח, מערדערליך געפייניקט און אויסגעשטאכן די אויגן. זיינע אוממענטשלעכע געטץזרייעז האט מען געהערט פון איין עק שטעטל ביזן צווייטן. ער האט זיך געבעטן ביי די מערדער, זיי זאלן מאכן אסוף צו זיין לעבן. ר' קהת, ר' סענדער בעלאהושערס זון און ר' משה. ר' אברהם בארוכין דעם כאראמסקערס זון, האבן זיך באהאלטן ביז 1943 אין א דערבייאיקן דארף ביי א קריסטלעכן פויער. חלומט זיך זיי אז דער סטאלינער רבי ר' משה'לע לעבט. זענען זיי ארויסגעקראכן פון באהעלטעניש און אוועק אין סטאלין. אויפן וועג האבן גויים זיי דערמארדעט. ראובן, חיים קאלוזשניס זון, האט זיך באהאלטן ביי זיך אין הויף. האבן די גויים אים געפונען. דערמארדעט אים און אריינגעווארפן אין קלאזעט אריין.

passage_8d671e999fe11379697dbd94
Passage 2normalized OCR · source chars 964-2151

ברוך-יאסל, משה קאצמאנס זון, מיט זיינע צוויי קינדער האבן זיך אין ערגעץ פארשטעקט. אז זיי האבן גיט געהאט וואס צו עסן האבן זיי זיך צוגעשטעלט צום געסטאפא. דארט האט מען זיי געזאגט, אז די געסטאפא האט ניט קיין ליקווידאציע-פארארדגונג קעגן זיי און זיי קענען גיין וו זיי ווילן, אבער די מיעשטשאנעס האבן זיי צעשלאגן אויף טויט מיט שטעקענער אין סאמע מיטן מארקפלאץ. יצחק, שלמה דעם אזדעמיטשערס זון, איז לעבנגעבליבן אדאנק א קריסטין וואס האט אים אויסבאהאלטן נאכדעם ווי ער האט איר צוגעזאגט הייראטן מיט איר. ווען די רויטע ארמיי איז אריין, האט ער דערפילט זיין צוזאג. + * % נאכן מאסן-מארד, אין א קאלטן און רעגנדיקן הארבסט-טאג, האט מען אויך די פרויען און קינדער ארויסגעטריבן פון שטאט. די מיעשטשאנעס האבן זיי ארומגעיאגט עטלעכע קילא- מעטער מיט געוואלדעס : ,גייט אייך! מיר דארפן אייך ניט !* צווישן די פרויען זענען געוועזן עטלעכע מענער וואס האבן זיך פארשטעלט אין פרויען קליידער. צווישן זיי דער רב ר' משה, ר' וועלוועלע גינזבורג'ס זון. די מיעשטשאנעס, וועלכע האבן אונטערזוכט די געזיכטער פון די געטריבענע, האבן אים דערקענט. ארויסגעשלעפט און דערמארדעט. לאה וויגדער'ס, ר' משה קאלוזשניס ווייב, האט ניט מער געקענט מיטגיין מיט די פארטריבענע און געבליבן זיצן נעבן חיים בארוכינס שטוב. זי איז אויפן פלאץ דערמארדעט געווארן.

passage_e2c91d10ac0d3d705c725dcd
Passage 3normalized OCR · source chars 2153-2714

חיה, ר' אשר יודאוויטשעס טאכטער, דערזעענדיק וואס דא טוט זיך אפ, האט געכאפט איר קינד און צוזאמען מיט אים זיך געווארפן אין הארין. פייגעלע, בייצל יודאוויטשעס ווייב און רבקה, מאטל ברעגמאנ'יס מיט אירע טעכטער זענען געבליבן כמעט ביזן סוף. אבער ווי נאר מ'האט ביי זיי ארויסגעקריגן זייער גאלד מיט זילבער -- האט מען זיי אויסגעטאן, אוועקגעיאגט צום אלשאנער בריק און מ'האט זיי דארט דערמארדעט. א טייל פון די ארויסגעטריבענע זענען דערגאנגען אין לאכווער, סטאלינער און וויסאצקער געטאס. זיי האבן געזופט פון בעכער גאל און ליקווידירט געווארן צוזאמען מיט אלע יידן פון אט די געטאס. 2

passage_336e7cdccf4538f10b80812b