Original scan
Original memorial-book scan 452
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1123

אין דריי וואכן ארום נאכן ארויסטרייבן די פרויען פון שטאט, האט מען זיי צוריק אריינגעלאזט און געשאפן א געטא, וועלכער האט ,עקזיסטירט" 1 יאר און דערנאך האט מען זיי אוועקגעפירט אויפן זעלבן אָרט, וווּ מ'האט דערמארדעט די מענער און זיי אומגעבראכט. תג צ ב ה: דערציילט פון בת-שבע קושניר און גרונם פילאווין יצחק נאכמאנאוויטש געקומע] איז דאס יאר 1939. דאס שטעטל האבן פארנומען די סאוויעטן. פיל יידישע פליטים פון מערב-פוילן האבן אין דאוויד-האראדאק דאן א היים געטראפן. אין יאר 1940 האבן זיך אנגעהויבן ארעסטן און פארשיקונגען פון ציוניסטן און אנדערע. דאס שטעטל האט אויפגעציטערט, די שטימונג איז געווארן א געדריקטע, ווייל דא איז געווען דער דעוויז: ,אלע פאר איינעם און איינער פאר אלע". און אט איז אנגעקומען דער 6-טער יולי 1941. דאס שטעטל האבן פארנומען די היטלעריסטישע חיילות. פיל יידן האבן זיך געוואלט ראטעווען קיין רוסלאנד, נאר די נ.ק.וו.ד. און גרענעץ-וואך האבן ניט דורכגעלאזן און אזוי אויום איז מען געווען געצווונגען צו בלייבן אונטער דער היטלעריסטישער הערשאפט. יעצט האט זיך אנגעהויבן דאס שוידערלעכסטע און דא האט זיך אויך ארויסגעוויזן דער מערדערישער פרצוף פון די ווייס"רוסן. מען האט אנגעהויבן כאפן יידן אין די גאסן און טרייבן אויך ארבעט.

passage_b13cf3beac4d9778ea1bc1bb
Passage 2normalized OCR · source chars 1125-2285

דורכן שטעטל זענען דאז דורכגעגאנגען פיל פון די היטלעריסטישע חיילות אויף מזרח. אין א פאר טעג שפעטער, האבן זיי זיך צוליב די שלעכטע וועגן אומגעקערט צוריק, כדי פארטצוזעצן דעם מארש דורך אן אנדער וועג. אין שטעטל האט דאס ארויסגערופן א קלאנג, אז די דייטשן ווערן צוריק געטריבן דורך דער רויטער ארמיי. דאס האט אויסגענוצט דער ניי- באשטימטער בירגערמייסטער און שווארץ-מאהניק, דער פעלדשער איוואן מארייקא, וועלכער איז דאן געפארן אין פינסקער געסטאפא"שטאב און געמאלדן, אז די יידן פארשפרייטן די אויבנדערמאנטע קלאנגען און אז זיי, די יידן, האבן באפאלן די אפטרעטנדע דייטשישע ארמיי. דער דאזיקער געמיינער פאלשער בלבול האט געבראכט דעם בלוטיקן 17-טן אב ה'תש"א (1941). געשען איז דאס אומגעפער אין א מאנאט נאכן פארנעמען דאס שטעטל דורך די דייטשן, אין אנהויב אויגוסט זענען אומגעריכט געקומען א 50 ס.ס. מערדער. 4 אזייגער פארטאג האבן זיי ארומגערינגלט דאס שטעטל און שפעטער צוגעטראטן צו דער בלוטיקער ארבעט מיט דער הילף פון דער ארטיקער ווייסרוסישער אונטערוועלט, וועלכע האט זיך דאן גלייך פארשריבן אין פאליציי. פארויסזעענדיק א פיין רויב, האבן זיי פון פרי אנגעהויבן צוזאמענטרייבן אלע יידישע מענער. געזאמלט האט מען אלעמען אויפן הויף פון קאשציאל, באגלייטנדיק זיי מיט שרעקלעכע קלעפ פון שטעקנס און ביקסן.

passage_2299f77e260d544a9ccb30a0
Passage 3normalized OCR · source chars 2287-2760

דארט האבן זיי געמוזט שטיין אויף די קני מיט אויפגעהויבענע הענט אין דער הויך אייניקע שעה ביז מ'האט אלע הייזער אונטערזוכט. וועמען מ'האט געטראפן אויסבאהאלטנדיק זיך, האט מען אויפן ארט דערשאסן. אזוי האט מען די ברידער איסר און הערשל גורוויטש, צוויי געזונטע פעסטגעבויטע יונגעלייט, וועלכע מ'האט ארויסגעשלעפט פון א באהעלטעניש. פירנדיק צום אומשלאגדפלאץ צובראכן די ברוסט-קאסטנס און אויסגעשטאכן די אויגן. נאכן צונויפזאמלען אלע מענער האט מען זיי צושטעלט אין רייען און ארויסגעפירט פון 3

passage_71cac938cb937dddac0f1361