שטאט. קיינער האט ניט געוווסט וווּ מ'פירט זיי. מ'האט געשמועסט אז מ'פירט אויף ארבעט. נאר דאס איז שנעל אויפגעקלערט געווארן. 3 קילאמעטער הינטערן שטעטל, באם אלשאנער וועג אויפן זאמד-בערגל -- דארט איז שוין גרייט געווען א גרוב פריש געגראבן דורך די פויערים... טראכטן וועגן ווידערשטאנד איז שוין געווען צו שפעט און אגב אין יאר 1941 זענען נאך קיין מאסן-מארדן פון יידן ניט פאר- געקומען, אזוי, אז די שטילע ארענטלעכע און באשיידענע מענטשן האבן גארניט געגלויבט, אז אזעלכעס קאן גאר פארקומען. דאך איז דאס געשען.. דאס לעצטע ווארט האט באקומען דאס מאשין-געווער... און דאן, מיטן לעצטן אטעם האט יעדער געשיקט א קללה.. ביים ייד לייזער ראנקין, האט א פאליציאנט, מיינענדיק, אז ער איז שוין טויט, געוואלט דאס רינגל פון האנט אראפנעמען, נאר יענער האט נאך באוויזן זיך אויפהויבן און א שפיי טאן אין מערדערישן פרצוף און איז מיט א קללה אויף די ליפן געפאלן טויט. אזוי האט די מוטער-ערד אריינגענומען און פארבאהאלטן אייך ביי זיך אין דער אייביקער רו. עהרע אייער אנדענק, ברידער מיינע! פאר אייעו' באשיידענעם, שווערן, אבער אנשטענדיקן לעבן, האט אייך די וועלט ,ציוויליזאציע" באלוינט מיט א ,שנעלן טויט".. % + * דעמזעלבן טאג נאכמיטאג, ווען די מערדער האבן נאך דער ,שטיקל ארבעט" זיך אפגערוט, האבן זיי זיך גענומען ווידער צו דער ,ארבעט"...
אלע איבערגעבליבענע פרויען און קינדער האבן באקומען א באפעל פארלאזן גלייך דאס שטעטל. אין דער דאזיקער ,הייליקער" שטיקל ארבעט האט שוין אנטיילגענומען די גאנצע קריסטלעכע באפעלקערונג. אלט און יונג, אלע ווי ווילדע געשפענסטער, האבן זיך געטראגן מיט שטעקנס איבער די יידישע הייזער, ארויסגעטריבן מיט קלעפ די באלעבאסטעס און קינדער און צוגעטראטן רויבן דאס פארמעגן. מ'האט זיי מיט קלעפ און פארשיידענע זידלערייען ארויסגעטריבן פון שטאט. ,דאלאי, וואן, פארכאטע זשידי* -- האט געשטורעמט די צעווילדעווטע רויבער-באנדע. זענען ביים בריק פיל פון זיי געשטאנען און אונטערזוכנדיק יעדע יידישע פרוי, קאנטראלירט צי געפינט זיך ניט צווישן זיי קיין מאן אין פרויען-זאכן. אזוי האבן זיי אנטדעקט אין פרויען-קליידער עטלעכע מענער, צווישן זיי דעם וב ר' משה'לע, בערל מיגדאלאוויטש און אנדערע, וועלכע זענען מערדערלעך צעשלאגן געווארן דורך דעם ווילדן המון און דערנאך דערשאסן געווארן. די פרויען מיט די קינדער האט מען מיט קלעפ באגלייט ביז די ,קאזארמעס".
די אומגליקלעכע זענען דערגאנגען ביזן ערשטן דארף כאראמסק און דערנאך ווייטער געבלאנקעט איבער פעלדער. הונגעריקע, צעשלאגענע, אויסגמאטערטע,. פיל פון זיי שוואנגערע, קראנקע און אלטע פרויען מיט זויגדקינדערלעך, אפגעריסן פון די מענער און פאטערס, עלנט און איינזאם, אין א וועלט פון ווילדע חיות... א בעסערער פויער, פלעגט אמאל געבן א שטיקל ברויט אדער א ביסל קארטאפל.. אייניקע זענען אוועק אין נאענטע שטעטלעך, ווי: סטאלין, לאכווע, וויסאצק א. אנד. און דארט געטיילט דעם ביטערן גורל מיט די דארטיקע יידישע איינוווינער. די איבעריקע האבן זיך געוואלגערט און געוואנדערט איבער די שמוציקע בלאטיקע פאלעסיער וועגן. צוגיין נאענט 4