Original scan
Original memorial-book scan 454
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-788

צו א זידלונג איז געווען געפערלעך, ווייל דארט האבן זיי דערווארט פיל גייסטיקע און פיזישע דערנידעריקונגען און שמערצן. ס'איז אנגעקומען דער הערבסט מיט די פייכטע קאלטע וועטערן. פיל פון די פרויען און קינדער זענען אויסגעשטארבן אויף די וועגן. יעדן קוסט און יעדן בוים ביי די וועגן איז פיל באוווּסט פון זייערע ליידן. ענדלעך, שפעט אין הערבסט האט מען זיי צוריק אריינגעלאזט אין דאוויד-האראדאק און דארט געשאפן פאר זיי א געטא. דאס לעבן אין דאזיקן געטא איז געווען א גרוילהאפטער. די גאנצע באפעלקערונג פון געטא האט באקומען 10 קילא ברויט א טאג און די מערהייט האט געמוזט ארבעטן פאר דער ,ווערמאכט". פארשיידענע ווארשטאטן זענען געשאפן געווארן און פיל פון די ארבעטנדע פרויען און קינדער זענען פון הונגער, איבערלאסטונג און אומענטשלעכע באדינגונגען אויסגעשטארבן. די איבעריקע זענען צו קיין מענטשן ניט ענלעך געווען.

passage_6291587d03e014ddc28151bf
Passage 2normalized OCR · source chars 790-1786

אפגעריסן, געשוואלן פון הונגער, ארומגעצוימט מיט שטאכל-דראט אין א קליינעם טייל פון שמוציקן קווארטאל ,באלאטא", באוואכט פון דער מערדערישער פאליציי אין וועמענס שפיץ ס'איז געשטאנען א נפש מיט א שמוציקער נשמה -- ליאווא קאסארעוו ימ"ש. פיל געטער האט זיך דער פארשוין געבוקט... ס'האט אים איבעראל געצויגן צו ,בלישטשענדיקע קנעפ" פאר וועלכע די דאזיקע חיה אין געשטאלט פון א מענטש איז גרייט געוועז אלץ צו טון. אט אזוי האט דער געטא ,עקזיסטירט* ביז ערב ראש-השנה פון יאר 1942. אין דעם טאג איז דער געטא ליקווידירט געווארן. אלע פרויען און קינדער -- די צאל איז שוין דאן געווען ניט גרויס, אינגאנצן 1600 נפשות -- באגלייט מיט קלעפ דורך דער פאליציי, וול אויך דורך דער ספעציעל אנגעקומענער באנדע ס.ס.-רייטער, זענען געטריבן געווארן ביז צום זעלבן גרוב אויף דעם אלשאנער בערגל.. דארט האט מען אלעמען נאקעט אויסגעטאן און דערשאסן.. ווידער האט די מוטער-ערד געעפנט אירע ארעמס און אריינגענומען צו די מענער זייערע פרויען און קינדער... אזוי איז דאס יידישע דאוויד-האראדאק אומשולדיק פון דער וועלט אוועק און אויפ- געהערט צו עקזיסטירן...

passage_d52900a7649af65007c0cfb1
Passage 3normalized OCR · source chars 1788-2656

די פארבליבענע טרויער-הייזער זענען באזעצט געווארן דורך די ,נייע באלעבאטים".. אבער ניט אויף לאנג, ווייל שפעטער, ווען אין דער געגנט האבן זיך באוויזן גרויסע פארטיזאנער אפטיילונגען, זענען זיי אייניקע מאל באפאלן די שטאט און די מערהייט יידישע הייזער פארברענט. איך בין געקומען אין דאוויד"האראדאק אין אוגוסט מאנאט 1944-טן יאר. כ'האב געטראפז אויף די ערטער פון די קליינע הייזקעלעך בערגלעך באוואקסן מיט ווילדן גראז... אנשטאט פריילעכע געלעכטערס און קינדעריש-שטיפערישע געשרייען, ערטער, וווּ ס'האט אמאל געשטראלט מיט א היימלעכער ווארעמקייט און דיך שטענדיק געצויגן צו זיך -- יעצט א ווילדער שרעקלעכער און צארנדיקער בילד... יעדעס פארבליבן הויז, יעדער בוים וואס שטייט ווי אן איינצעלנער פארווונדעטער גליד -- וויינט, שרייט, באקלאגט זיך און פרעגט נייגעריק : וווּ זענען די גרויע, אנשטענדיקע, זויבערע אלטיטשקע, וועלכע פלעגן רוען אין אונזער שאטן, וווּ איז פארשווונדן דאס פריילעכע געלעכטער, 5

passage_7801ed877b4dd313dd0c471c