צערטלעכע געפילן, קינדערשע געלאקטע קעפעלעך ? פארוואס איז אלץ וואס שיין און ליב פון אונז אוועק ?... און נאך פיל פיל ,פארוואס" ?... קיין ענטפער קומט ניט... איך געפין אים ניט... יא! ווילד און גרוילהאפט זעסטו אויס יעצט דאוויד-האראדאק! פון דעם דענטיסט עדעלס שטוב ביזן קלויסטער בארג -- קיין איין פארבליבן הויז, נאר ווילדע גראז... בערגלעך און גראז... עס ווייזט זיך ווּ ניט וו א מענטש... ווי א ווילדע באשעפעניש דרייט ער זיך... אין די אויגן קוקט ער ניט... מיט בארוועסע שמוציקע פיס אין א גוטן שווארצן אנצוג מיט זיידענע לאצן.... דער בעל-דבר רעדט ניט... קיינער רעדט דא יעצט ניט.. זיי ווייסן קיין זאך ניט... עפעס האבן זיי יא געהערט, אבער גענוי געדענקען זיי ניט... איבריקנס צו וואס ריידן ?... אויף א בית-הקברות פאסט בעסער שטילקייט... אט פארקויפט א ,זי" אויפן מארק געניצטע, קינדערשע געשטאפטע זעקעלעך... די זי שווייגט ,גאט די נשמה שולדיק"? -- אבער די זעקעלעך שרייען, שרייען אין א יאמערלעך געוויין... איך קום אויף דער הייליקסטן פאר מיר ארט אויף דער וועלט -- צום מאסן קבר. א גלאטער זאמדיקער פעלד... נאך פיר יאר, 4 לאנגע יאר פון פייער און בלוט. יארן פון בענקעניש נאך נאענטע, נאך דער היים בין איך ענדלעך געקומען שוין אזוי נאענט... וווּ זענען די מוטערליכע ליבע ארעמס ? וווּ זענען די באגערטע פריינטלעכע געזיכטער -- באשטראלטע יר יא 2 4 או ל 0 ל - --.
Original scan
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1235
passage_9cc1d69d9f4fe52b0a73d353
Passage 2normalized OCR · source chars 1237-1422
בז"עירנו יצחק נחמנוביץ חופר בור בשביל לקבור את עצמות הקדושים שמצא על קבר האחים. י. נחמנוביץ גראבט מיט די הענד אגרוב צובאהאלטן ביינעָר פון קדושים וואס ער האט געפונען ביים ברידער קבר. 46
passage_b1111841e48332189160ce9b