פון פרייד ביי יעדער באגעגעניש ?... קיינער קושט זיך ניט... קיינער דריקט ניט די האנט.. איך שטיי א צעבראכענער, א פארשעמטער און ווארט... נאר אומזיסט... דא אין דעם שטיקל וויסטן פעלד איז א שטאט באהאלטן.. קיינע מצבות, קיינע מאנומענטן-טאוולען, קיין אויפ- שריפטן, קיין בלומען, -- א ווילדע הארצרייסנדע שטילקייט... עס פארבלייבט א געהיימניס פון דער נאטור, וויפיל מענטשלעכע שיינהייט און אנשטענ- דיקייט, וויפיל ליבע און פריינטשאפט, וויפיל שעפערישע איניציאטיוו און צוקונפטיקע פייאיקייטן זענען אזוי אומשולדיק, גרויזאם, מערדערליך און פריצייטיק אוועק אין דער אייביקער רו. דא האבן אויסגעהויכט טויזנטער פרויען, מענער און קינדער זייערע לויטערע נשמות., און אונטערז קלאנג פון מערדערס מאשין-געווער געלאזט הערן זייער לעצטן פראטעסט -- א קללה -- א קללה אויף דער ,קולטור" און אויף די קעפ פון די מערדער, ווי אויך אויף די פירערס און פרעזידענטן, סאציאליסטן און דעמאקראטן אין מונדירן און אין פראקן... א קללה אויף די קעפ פון די, וועלכע האבן רייזנדיק קיין מינכען, לאנדאן, פאריז אדער מאסקווע פארקויפט אין ווייסע הענדטשקעס קינדערשע נשמות און געהאנדלט מיט אומשולדיק מענטשליך בלוט און פלייש. % * % ייז מנחם-אב ! היינט איז דיין טרויעריקער אונטערגאנגס-טאג, מיין דאוויד"האראדאק !
באשיידן און נוצלעך איז געווען דיין לעבן און אפשר דערפאר ביסטו ,באלוינט" געווארן מיט א שנעלן אונטערגאנג. ווי א פיאנער ביסטו געגאנגען צו דער שחיטה אויפן מזבח פון פאלק. קליין איז די צאל פון דיינע צופעליק איבערגעבליבענע זין. אין אלגעמיין ארום א 100 מאן. וועלכע זענען יעצט ווייט צעשיידט. מיט פארביטערטע געמיטער קניען מיר אוּן בויגן די קעפ געהילט אין טיפן טרויער פאר דיר, אונזער ליבע אומפארגעסלעכע יידישע דאוויד-האראדאק. טייערע קדושים! מוטערס, פאטערס, שוועסטער, און ברידער, ווי אויך איר ליבע קינדערלעך! דער 17-טער אב איז איינגעקריצט טיף אין הארץ, ניט צום פארגעסן אויף אייביק. אין דעם טאג איז אויף שטענדיק פארשוווּנדן דער שמייכל פון געזיכט און די פרייד פון הארץ. עס ברענט אין מוח דער באוווּסטזיין פון שוואכקייט און די אפוועזנהייט פון דער פולער נקמה. אייביקע רו אייך, מיינע טייערע. אויף אייביק זאל געהערט זיין אייער הייליקער אנדעק ! באמערקונג פון דער רעדאקציע : יצחק (איצל) נחמנאוויטש איז אין צייט פון דער צווייטער וועלט-מלחמה געווען אין ראטנפארבאנד. גלליךר נאך דער ענדע פון קריג, האט ער, אלס רויטארמייער, באזוכט דאוויד-האראדאק און מיט די אייגענע אויגן געזען דעם חורבן פון שטעטל. יעצט געפינט ער זיך אין די פאראייניקטע-שטאטן פון אמעריקפ.
די דא געדרוקטע שילדערונג איז דורך יצחק נחמנאוויטש געשריבן געווארן אין יאר 1946 -- צום פינפטן יארטאג פון אומקום פון די דאוויד-האראדאקער יידן. ער איז דאן געווען אין די לאגערן פון דייטשלאנד און אין סעפטעמבער 1946 האט ער זי פארעפענטלאכט אין דער יידישער (מיט לאטיינישער שריפט) צייטונג , א היים". די שילדערונג ברענגען מיר יעצט מיט קליינע פארקירצונגען. % + * איבערגעגעבן דורך מאיר הערשל קארמאן בת-שבע לין, מאיר-אליהו קושניר'ס א פלעמיאניצע איז געווען די איין און איינציקע פון אלע דאוויד"האראדאקער, וועלכע איך האב געטראפן אין דאוויד-האראדאק -- צוריקקערנדיק זיך פון רוסלאנד, נאך ראש-השנה תש"ה. די וואסער-טרעגערין, וועלכע האט ביי מיר געארבעט 4 יאר האט מיר ניט דערקענט. די הויז אירע איז געווען אנגעפילט מיט יידיש גוטס. די וואסער-טרעגערין האט מיר איבער" 117