געשיקט צו א צווייטן גוי, וועלכער האט זיך באזעצט אין ליטמאן נאכמאנאוויטשעס הויז. דער גוי האט מיר דערציילט אז די דאוויד-האראדאקער גויים האבן באקומען פון דער דייטשישער מאכט אויסצייכענונגען פאר זייער באטייליקן זיך אין הרגענען און אויסראטן די יידישע באפעלקערונג. אויף צומארגנס האב איך געבעטן ביי דער ארטיקער מאכט א וווינונג און ווען מען האט מיר פארגעשלאגן צו וווינען אין א יידיש הויז, האב איך עס אפגעווארפן, און פארלאנגט א דערלויבעניש צו ווינען אין מיין געוועזענער יאטקע. מיין ביטע איז אפגעווארפן געווארן. אבער איך האב מיך ניט וויסנדיק געמאכט און איינגעארדנט מיין יאטקע א ווינונג פאר מיר. דערנאך האט מיר די מאכט געהאלפן איינארדענען א שפייז געוועלב. שפעטער איז געקומען קיין דאוויד"האראדאק, נח, דער זון פון בצלאל יודאוויטש. ער איז געווען פארוווּנדעט און איז געגאנגען אויף ,קוליעס". פון דער סאוולעטישער מאכט האט ער באקומען מאטעריעלע און מעדיצינישע הילף, מיר פערזענלעך האט ער געהאלפן. דערנאך האבן זיך צוריקגעקערט אין האראדאק זאב בן שלום לאכאווסקי, און משה בן ישראל רעזניק.
דער ערשטער יידישער קרבן אין דאוויד-האראדאק, איז געווען מאיר אליהו קושניר. וועלכער האט געוווינט אין ראדיטש. נאכדעם, ווי מ'האט אים ארויסגעטריבן פון זיין הויז, זענען די האראדטשוקעס אים באפאלן און דערמארדעט אין מיטן העלן טאג אויפן מארק. דער צווייטער קרבן, איז געווען זאב בן גרוניע קונדא, וועלוול דעם שמידיס אן אייניקל. אים האבן די גויים דערמארדעט אין אלשאנער גאס נעבן שלמח פליישמאן'ס הויז. דעם 17-טן אב ה'תש"א, זענען קאנצענטרירט געווארן די יידישע מענער אויפן פלאץ פון קאשציאל און פון דארט איבער געפירט געווארן אין חינאווסק ווּ די האראדטשוקעס האבן צוגעגרייט פאר זיי א ברודער קבר. עס איז זייער שווער פארצושטעלן די ברוטאלע טאטן און די אכזריותדיקע מעשים, וואס די האראדטשוקעס האבן אויסגעפירט אויף די יידן די לעצטע מינוטן איידער מען האט זיי דערמארדעט. זיי האבן אראפגעצויגן די זאכן פון די קרבנות, מען האט געהאקט קעפ. געשניטן אברים און געשאכטן מיט וואס ס'איז געקומען צום האנט: שטעקנס, שטיינער אייזנס און הייס געווער. דערנאך האט מען זיי געווארפן אין די גריבער און פארשאטן לעבעדיקערהייט. 3 טעג נאכן מאסן-מארד האט זיך נאך דער באדן געהויבן און זיך ניט געקאנט בארואיקן.
דער אנפירער פון די פאגראמען איז געווען דער פעלדשער איוואן מארייקא, וועלכער איז ספעציעל געפארן אין פינסק, און פון דארט געבראכט די ס.ס.דלייט. איידער ער איז געפארן אין פינסק האט ער צוזאמענגעקליבן יידישע גאלד און זילבצר, וועלכע א טייל יידן האבן אים געגעבן צו באהאלטן. נאך דער ,אקציע"? האבן די גויים אנגעהויבן נאכזוכן די באהאלטענע יידן. דער ערשטער איז אנטדעקט געווארן אברהם סלוצקי דער בעל-עגלה, נאך אים מענדל דעם בראצקער./ס זון, וועלכער האט זיך באהאלטן אין גארטן צווישן די בעבלאך; מען האט זיי גלייך דערמארדעט. ראובן קאלוזשני האט זיך באהאלטן אין קלאזעט פון זיין גויישן שכן מארקאוויטש. דארט אויפן פלאץ איז ער דערמארדעט געווארן און דארט געבליבן. [8