Original scan
Original memorial-book scan 458
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1045

ברוך יוסף קאצמאן און זיינע 2 זיז זענען אויסגעפונען און דערמארדעט געווארן דורך דימיטרי פוז'יק. איסר בן ניסן גורוויטש האבן די האראדטשוקעס אויסגעשטאכן די אויגן און געשניטן פון אים אברים-ווייז. יהושע זאגער פון טורי, וועלכער האט זיך באהאלטן אין אויווען, איז ארויסגעצויגן געווארן און דערמארדעט געווארן. אהרן סלאמיאנסקי איז אריינגעווארפן געווארן אין טייך הארין. אדאנק די אנשטרענגונגען פון זיין ווייב רחל, איז ער ארויסגעצויגן געווארן דורך געדונגענע גויים און זוכה געווען צו קומען צו קבר ישראל. מיננע ביידע קינדער ברכה און ברוך, וועלכע זענען אדאנק א גויע אנטלאפן אין דובינעצער וואלד, זענעז דורך די גויים צוריקגעבראכט געווארן אין שטאט און אין מיטן מארק האט מעז זיי צושניטן אויף שטיקער. מיין זוז יעקב איז געלונגען צו אנטלויפן. שמחה מישאלאוו האט זיך באהאלטן 4 מאנאטן ביי זיך אין קעלער. זיין גויישע דינסט האט אים געשפייזט די גאנצע 4 מאנאטן. דערנאך האט זי אים געמסר'ט און מען האט אים דערמארדעט אויף דער גרעבליע גאס. איידער ער האט צוריקגעקערט זיין נשמה צו גאט, האט ער נאך באוויזן אויסצושרייעז ,פאדלעצי, שטא ווי דיעלאיעטיע ?? (אויסווורפן, וואס טוט איר ?).

passage_55aeb6ba788d861455898f07
Passage 2normalized OCR · source chars 1047-2230

א זון פון בערל שמוץ, וועלכער איז געווען איבערגעטאן אין פרויען-קליידער איז דערקענט געווארן דורך די גויים און דורך זיי דערמארדעט געווארן. נאכן אויסשעכטן די מענער, זענען די יידישע פרויען פון האראדאק. ארויסגעטריבן געווארן פון שטאט. א טייל איז אומגעקומען אויפן וועג און די טייל, וועלכע האט זיך אומגעקערט אין האראדאק, איז אין א יאר ארום דערמארדעט געווארן דורך די גויים און אריינגעווארפן געווארן אין די גריבער פון די מענער. די טאכטער פון דעם רב ר' משה'לה איז געווען א פארטיזאנקע אין וויסאצקער וועלדער. זי איז געפאלן אין קאמף. גאלדע-רחל, מאיר אליהו קושניר'ס פווי, האט זיך אויסבאהאלטן אין קאפליצע אין דארף כאראמסק און דארט האט מען איר דערהרגעט.: שמואל קאצמאן, לייבל קאצמאן'ס א זון מיט זיינער א שוועסטער, האבן זיך ארומגעדרייט אין ארליער וואלד 4 מאנאטן צייט, דארט האבן זיי די גויים געטראפן און צוריסן אויף שטיקער. נישקע, חיים קירזשנערס פרוי, צוזאמען מיט נאך 3 פרויען, האבן זיך באהאלטן ביי זיי אין שטאל און דארט האט מען זיי דערהרגעט. לאה, משה קאלוזשניס פרוי, איז דערהרגעט געווארן דורך די גויים אויפן גרעבליע בריק. די גויים האבן געפלאנט מיר דערהרגענען. איינמאל באנאכט איז געקומען א פארשטעלטער גוי מיר צו הרגענען. איך האב אנגעהויבן שרייען, פאליציי איז באלד אנגעקומען און האט מיך געראטעוועט.

passage_309ff5bc84c273ca471e9802
Passage 3normalized OCR · source chars 2232-2356

צום סוף האב איך מער ניט געקענט זיין אין דאוויד"האראדאק צוליב דער פיינטשאפט פון די גויים און איך בין פוז דארט אנטלאפן. 14429

passage_e01fc1cf8afb075c09cfe9e1