Original scan
Original memorial-book scan 462
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1123

חיים האכמאן א, פאלקאווניק סאטאנאווסקי מיר געפינען זיך יעצט אין דער געגנט פון דארף קריפנע -- ניט ווייט פון פינסק -- אין געדיכטע וועלדער. שוין עטלעכע טעג ווי מיר זענען גרייט אין וועג, כדי זיך איבערציען אויף אן אנדער ארט, אבער מיר רירן זיך דערווייל ניט. וווהין ציען מיר זיך איבער און, בעיקר, פארוואס ווארטן מיר ? דאס איז, ווייזט אויס, דער סוד פון קאמאנדיר אליין. די פרוי פון אונדזערן אן אפיציר, וועמענס פורמאן איך בין, דערציילט מיר בסודי-סודות, אז מ'ווארט אויף אן אעראפלאן מיט גרויסע לייט, וועלכע דארפן אהערקומען פון מאסקווע. מיט פיר טעג צוריק האבן זיי שוין באדארפט זיין און מ'קאן ניט פארשטיין די סיבה פון זייער פארשפעטיקונג. וואס איז געשען ? צי האט פאסירט מיט זיי אן אומגליק ? א פאר שעה נאכדעם, ווי די פרוי פון אפיציר האט מיר דערציילט די דאזיקע געשיכטע, האט אונדזער אטריאד גערירט אין וועג. א גאנצע נאכט איז מען געגאנגען און ווען ס'איז טאג געווארן, איז מען געבליבן שטיין אין א געדיכטן גרויסן וואלד מיט טיפע בלאטעס. דא איז אונזער צייטווייליקער אפעראציע-פונקט און ווויִןְ-אָרט. מ'האט באקומען א באפעל אויפשטעלן די ביידלאך און כאטש ס'איז שוין געווען שפעטער הערבסט (א חודש נאך סוכות 1943) האט מען ניט דערלויבט מאכן פייער.

passage_ec841837840637646cdef322
Passage 2normalized OCR · source chars 1125-2171

דער אפיציר -- דער מאן פון פרוי מיטן קינד, וואס איך האב געפירט, -- איז צוגעקומען צום וואגן און האט אונז דערציילט, אז די פאראשוטיסטן זענען סוף-כל-סוף אנגעקומען. ס'איז, אבער, ליידער, מיט זיי געשען אן אומגליק. 3 פון זיי זענען אויפן וועג צום אטריאד אומגעקומען. א פויער פון דארף טערעבליטש האט זיי פארראטן. דער וואלד, אין וועלכן אונדזער אטריאד איז יעצט געשטאנען איז געווען אין געגנט פון גרויסן דארף קאראצקאזוואליא. די באפעלקערונג פון דאזיקן דארף איז געווען פריינטלעך געשטימט צו פארטיזאנער און דער שטאב האט דערלויבט מאכן באטאג פייער, קאכן און באקן. דעמזעלבן טאג איז פארגעקומען א פארזאמלונג און דער קאמאנדיר פון אטריאד, פאלקאווניק סאטאנאווסקי האט געגעבן די פארטיזאנער און די פליטים אנווייזונגען, וויאזוי זיך צו האלטן. די הויפט אנווייזונג איז געווען, אז אויסער פארטיזאנער, וואס ווערן געשיקט אויספירן טעראר-אקטן קעגן די דייטשן, טאר קיין איינער זיך פון ארט ניט רירן. ווער ס'וועט זיך ניט אונטערווארפן דעם דאזיקן באפעל, וועט אויפן ארט -- אן שום משפט -- דערשאסן ווערן. נאכן פארענדיקן צו געבן די דאזיקע אנווייזונגען, ווענדעט זיך דער קאמאנדיר צו די פארזאמלטע :

passage_a2a5916e62b864fd4cc65c2c
Passage 3normalized OCR · source chars 2173-2545

,חברים! ווער פון אייך עס שטאמט, אדער קאן די געגנטן פון דאוויד"האראדאק, סטאלין און טורעוו, זאל זיך גלייך נאך דער פארזאמלונג מעלדן צו מיר אין שטאב". איך בין אריין אין שטאב און געמאלדן דעם קאמאנדיר, אז כ'קאן גוט דאוויד"האראדאק און אביסל אויך איר געגנט. ,זאג מיר, חבר האכמאן, צי ווייסטו וווּ סיגעפינען זיך די דערפער אזדאמיטש, טערעבליטש און קאראטיטש ? ,יא" -- ענטפער איך. 3

passage_414297623e5ce0633a9e2a08