Original scan
Original memorial-book scan 463
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1082

ער הייסט מיר זיך שטעלן אין א זייט און פרעגט דעם צווייטן פארטיזאן, וועלכער איז אריין אין שטאב גלייך נאך מיר. ,פונוואנען ביסטו, חבר ?* ,פון דארף בוקטשע"* -- ענטפערט דער פארטיזאן -- ,ס'איז אפילו ווייט פון דאוויד- האראדאק, אבער מיר פויערים, פלעגן אפט אהינקומען און דעריבער קאן איך די דאזיקע געגנט". ,פארוואס ביסטו געקומען אין אונדזער אטריאד ?" -- זעצט פאר ווייטער דער קאמאנדיר זיינע פראגן. ,ווייל כ'וויל שלאגן די דייטשן? -- פאלגט אן ענטפער פון פארטיזאן. ,הער, חבר" -- ווענדעט זיך דער קאמאנדיר צום פארטיזאן -- ,אפשר איז דא אין אונזער אטריאד א ייד, וואס קאן דיך ?/ ,ביי אונז אין אטריאד ניט" -- ענטפערט ווידער דער פארטיזאן -- ,דאגעגן זענען דא יירן אין פיאדאראווס אטריאד, וועלכע קאנען מיך פונדערהיים. פרעג זיך ביי זיי אויף מיר". גלייך איז אנגעבונדן געווארן א קאנטאקט מיט פיאדאראווס אטריאד און דער ענטפער איז געווען, אז דער פארטיזאן איז א פיינער און ארענטלעכער מענטש און ס'איז ניטא קיין סכנה, אז ער זאל פארראטן. ס'האט ניט לאנג געדויערט און צום קאמאנדיר אין שטאב זענען אריינגעקומען 10 יונגע, שטארקע און פריילעכע פארטיזאנער. שפעטער האט מען אין שטאב אריינגעטראגן דייטשישע קריגס-מלבושים.

passage_b98657ba43894bdb99e5a5e2
Passage 2normalized OCR · source chars 1084-1882

אלע פארטיזאנער, אויסער מיר, האבן פון זיך אראפגעווארפן זייער"ע פארטיזאנער-קליידער און זיך אנגעטאן אין נייע בלאנקענדע דייטשישע קריגס-מונדירן. אפילו צלמ'לעך אויף די העלזער האבן זיי גיט פארגעסן אנצוטאן. איינער פון די פארטיזאנער האט אויף זיך ארויפגעצויגן א מונדיר פון א דייטשישן יעפרעיטאר. ער איז איינער פון די 10 פארטיזאנער, וואס זענען נאר וואס אנגעקומען פון מאסקווע און ער באהערשט פערפעקט די דייטשישע שפראך. דאס גאנצע געווער -- ביקסן, קוילנווארפערס און באמבעס -- מיט וואס די דאזיקע ,דייטשן"? זענען געווען באוואפנט, איז געווען פון דייטשישער אויסארבעטונג. אפילו די סיגארעטן, וואס יעדער פון זיי האט באקומען. זענעז געווען דייטשישע. איך האב מיך איבערגעטאן אין טראדיציאנעל יידישע קליידער, האבנדיק באהאלטן ביי זיך א רעוואלווער מיט עטלעכע האנט-גראנאטן. דער ,דייטשישער יעפרעיטאר" קלערט מיר אויף פאלגענדעס :

passage_b72f4b0c2295cef8b25c9f18
Passage 3normalized OCR · source chars 1884-2694

,אין פאל" -- זאגט ער -- ,ווען מיר וועלן זיך אונטערוועגנס טרעפן מיט דייטשן, אדער פאליציי, וועלן מיר זאגן, אז מיר האבן דיך געכאפט אויסבאהאלטנדיק זיך אין די וועלדער. נאך שטארקע קלעפ, וואס דו האסט פון אונז באקומען (סימנים פון ,קלעפ" זענען גלייך באזארגט געווארן -- מ'האט מיר צושניטן א פינגער פון האנט און מיטן בלוט אויסגעשמירט מיין פנים מיט די האר), פירסטו אונדז וויזן דאס ארט, וווּ פיל יידן באהאלטן זיך אויס". דער קאמאנדיר באפעלט אונז ניט ארויסצוגיין פון שטאב און זיך ניט ווייזן פאר קיינעם. ס'איז האלבע נאכט, מיר זענען גרייט אין וועג אריין. דער ,דייטשישער יעפרעיטאר"? ווענדעט זיך צו אונז מיט פאלגנדע ווערטער : ,חברים פארטיזאנער ! ,מיט א קורצער צייט צוריק, זענען מיר אין מאסקווער געגנט איינגעשטיגן אין אן אערא- פלאן מיטן ציל אנצוקומען אין אייער פארטיזאנער-אטריאד. צוזאמען מיטן פילאט זענען מיר געווען 13 מאן. 4

passage_2e42f84bd068b8ff93da66f1