Original scan
Original memorial-book scan 464
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1003

,ביים טייך פריפיעט -- ניט ווייט פון מיקאשעוויטש -- האבן אונדז אנגעהויבן נאכיאגן דייטשישע אעאראפלאנען, באשיסנדיק אונדזער אעראפלאן. ווען אונדזער אעראפלאן האט אנגעהויבן ברענען, האבן מיר אלע זיך געלאזט שפרינגען מיט די פאראשוטן. צום גליק האבן מיר אלע בשלום געלאנדעט ניט ווייט פון דארף טערעבליטש. וועז מיר האבן זיך אלע אפגעזוכט און צוזאמענגעקליבן, זענען מיר אריין אין א פויעריש שטיבל אין דארף און זיך געפרעגט אויפן וועג צו די מערלינער כוטארעס. דער פויער האט אונדז געוויזן דעם וועג, פארזיכערנדיק אונדז גלייכצייטיק, אז אין דער גאנצער געגנט זענען נישטא קיין דייטשן און קיין פאליציי. ווען מיר האבן קאנ- טראלירט דעם וועג לויט אונדזער מאפע, האט זיך ארויסגעוויזן, אז דער פויער האט אונדז פינקטלעך אינפארמירט. מיר האבן זיך אלע אוועקגעלאזט אין וועג אריין דאנקנדיק און בענטשנדיק דעם פויער מיט זיין משפחה. ,אין א האלבע שעה ארום, זענען אונדז אויפן וועג אנטקענגעקומען מענטשן, וועלכע האבן אויסרופנדיק ,סטאי, רוקי וו'וויערק +" (שטיי, די הענט אין דער הויך) אונז באשאסן. ,דריי פון אונדזערע חברים. זענען אויפן ארט געפאלן טויט.

passage_e25659b742caf823e278d981
Passage 2normalized OCR · source chars 1005-1951

,מיר האבן גלייך געענטפערט מיט פייער און דערהערט פון זייער זייט געשרייען און קרעכצן פון פארוווּנדעטע. דערמיט האט זיך געענדיקט דער צזאמענשטויס, וועלכעו איז פארגעקומען אין א קליין וועלדל. ,מיר האבן, קריכנדיק אויף אלע פיר, זיך געוואלט דערלאנגן אין נאענטן גרויסן וואלד. אויפן וועג האבן מיר זיך אנגעשטויסן אן א קערפער, וואס האט געשטיקט אין זיך די ווייטיקן, וועלכע אונדזערע קוילן האבן אים פארשאפט. ער איז געווען פארוווּנדעט אין ביידע פיס. דער דאזיקער פארוווּנדעטער פאליציסט, האט פון פארדרוס ביטער געשאלטן דעם פויעוי קארפ, וואס עו' האט זיי, די פאליציי-לייט, אויפגעוועקט פון שלאף און צוזאמען מיט זיי זיך געלאזט נאכיאגן די פארטיזאנער. ,מיר האבן" -- דערציילט ווייטער דער ,דייטשישער יעפרעיטאר" -- ,דעם דאזיקן פאליציסט דערשטיקט און נאך עטלאכע טעג וואנדערן איבער בלאטעס און וועלדער, זענעו מיר אויסגעמאטערטע אנגעקומען אין אייער אטריאד. ,יעצט" -- זעצט פאר דער ,יעפרעיטאר* -- ,גייען מיר אהערברענגען דעם פויער קארפ. ,מיר מוזן נקמה נעמען אין אזעלכע הינטישע זין!

passage_2ff3843006b9c25ebe7269b9
Passage 3normalized OCR · source chars 1953-2899

,ס'זענען יעצט דא, וואס אן אמת, וויכטיקערע אויפגאבן פאר אונדז פארטיזאנער? -- באמערקט דער ,יעפרעיטאר" -- ,אונזער גאנצע ענערגיע מוז זייז געווענדעט און אויסגענוצט קעגן די פארשאלטענע דייטשן -- מיר ווערן אבער אויפגעפרעסן פון פארררוס און כעס. וואס אן אייגענער פויער -- פלייש פון אונזער פלייש -- האט פארגאסן דאס בלוט פון אייגענע ברידער און פארראטנדיק דאס אייגן פאלק דינט ער, ווי א טרייער הונט, די דייטשישע מערדער. ,מיר וועלן אים לעבעדיק אדער טויט אהערברענגן אין אטריאד דעם דאזיקן פאררעטער- מערדער און זאל פארטיזאניש בלוט ניט זיין הפקר". מיטן פארענדיקן די דאזיקע ווערטער פון אונזער גרופן-פירער, האבן מיר זיך געלאזט אי וועג אריין. בין-חשמשות-צייט, נאך דריי טעג וואנדערן איבער וועלדער, בלאטעס און פעלדער. זענען מיר אנגעקומען אין דארף קאראטיטש. נאכדעם, ווי אונדזערע ,דייטשן? האבן זיך אינפארמירט, אז אין דארף זענען דא בלויז 5 פאליציי-לייט, זענען מיר אלע אריין אין פאליציי-אמט. אונזער ,יעפרעיטאר" האט אינפארמירט די פאליציי-לייט, אז די גרופע מיט וועלכער 5

passage_3e0e97d51fb6f531733efd37