ער פירט אן, איז ספעציעל אויסגעטיילט געווארן, כדי צו ליקווידירן אנטגילטיק די רעשטלעך יידן, וועלכע באהאלטן זיך נאך אויס אין די וועלדער. אנווייזנדיק אויף מיר, האט דער ,יעפרעיטאר" געזאגט אז דער דאזיקער געכאפטער ייד. פירט ווייזן דאס ארט, וווּ ס'זענען באהאלטן פיל יידן. כדי ס'זאל, אבער, גרינטלעך געמאכט ווערן די דאזיקע הייליקע ארבעט, מוז מען מאביליזירן די פאליציי פון קאראטיטש, טערעבליטש און אזדאמיטש. נאכן צוזאמענקלייבן זיך פון אלע פאליציי-לייט פון דארף קאראטיטש, לאזן מיר זיך אוועק קיין טערעבליטש. אין טערעבליטשער פאליציי-אמט, וועלכער געפינט זיך אין א פריוואט הויז, האבן זיך שוין צוזאמענגעקליבן אויך אלע טערעבליטשער פאליציסטן און צווישן זיי אויך דער פויער קארפ. 2 פאליציי-לייט ווערן דורכן ,יעפרעיטאר* אוועקגעשיקט קיין אזדאמיטש מיט דער אויפגאבע צו ברענגען אהער אויך די דארטיקע פאליציסטן. דער ,יעפרעיטאר" האלט אינצווישן פאר" אלע פאליציסטן א רעדע אין רוסיש און שטראפט זיי פאר זייער ניט וואכזאמקייט. ס'טייטש -- דונערט ער מיט א לייבן-שטים -- ווי איז דאס מעגלעך, אז בלויז עטלעכע צענדליק קילאמעטער פ.ן אייערע דינסט"פלעצער זאלן זיך נאך ביז היינט צו טאג אויסבאהאלטן אזויפיל זשידעס ? א קלייניקייט -- אזויפיל זשידעס ! -- חזרט עו" איבער.
פארענדיקנדיק די רעדע צו די פאליציאנטן, ווענדעט ער זיך צו זיינע ,דייטשישע קאמעראדן" מיט א רעדע אויף דער דייטשישער שפראך. די ,דייטשן" ענטפערן פון מאל צו מאל מיט ,יא וואל", ,גוט", ,ארדענונג" -- מער קיין דייטשישע ווערטער קענען זיי, נעבעך, ניט... די פאליציי-לייט הויבן זיך אן פארענטפערן, ניט זיי זענען שולדיק דערין, וואס ס'געפינען זיך נאך. וווּדניט-וווּ באתאלטענע לעבעדיקע זשידעס. יעדער איינער פון זיי האט געטאן דעם מאקסימום, כדי אויסצוראטן די ,פארכאטע זשידעס". טעג און נעכט האבן זיי גיט גערוט. געזוכט אין אלע ווינקעלעך, געטראפן פרויען, קינדער און מענער און אלע אן רחמנות דערמארדעט. ס'גייט אוועק א ליציטאציע פון גרויל-מעשלם, וואס יעדער איינער דערציילט וועגן זייערע ,אויפטוען* אויף דעם געביט. איין געשיכטע איז שוידערלעכער און גרויזאמער פון דער צווייטער. אט אזוי, אויסהערנדיק די דאזיקע גרויל-געשיכטן פון די מערדער רוקט זיך א שעה נאך א שעה. די נאכט איז א פינסטערע, פארכמארעטע -- זי דערנעענטערט זיך שוין אבער צו ענדע. ס'ציטערט אויף אונדז, פארטיזאנער, די הויט, ס'ברענט די ערד אונטער אונדזערע פיס. וואס גיכער אוועקגיין אין וואלד אריין. וואלט זיך נאר ניט ארויסווייזן, אז מיר זענען פארטיזאנער. אלע האלטן שטייף דאס געווער אין די הענט. אלע זענען אומרואיק און אומגעדולדיק.
ער אליין, דער ,יעפרעיטאר" דער עלטסטער פון אונדזער גרופע -- איז רואיק און איילט זיך ניט. ער רויכערט אליין און טיילט מיט א ברייטער האנט סיגארעטן -- דייטשישע סיגארעטן -- אלע פאליציסטן. ער הערט געדולדיק אויס זייערע גרויל-געשיכטן, פארברענגט מיט זיי און ווארפט, גלייכצייטיק, אריין אן ,אומשולדיקע"* פראגע : ,נו, און וואס הערט זיך ביי אייך מיט פארטיזאנער ? איר פרעסט, זויפט און שלאפט און איר כאפט ניט קיין שום פארטיזאן, הא! שלעכט מיט אייך ! דא ג'יט ארויס דער פויער קארפ מיט לשון. ער דערציילט, וויאזוי ער האט מיט בערך א 10 טעג צוריק אויסגעגעבן א גרופע פארטיזאנער אין די הענט פון דער פאליציי. 6