,ליידער* -- זאגט ער -- ,זענען געווען צו ווייניק פאליציסטן, ס'זענען פון די פארטיזאנער בלויז 3 טויטע געפאלן און די איבעריקע איז געלונגען צו אנטלויפן אין וואלד. אין דאזיקן קאמף זענען געפאלן אויך 4 פאליציי-לייט. ,איך אליין? -- בארימט זיך דער פויער קארפ -- ,בין קוים לעבן געבליבן. כ'האב מיך באהאלטן אין א גרוב און געלעגן ביז די פארטיזאנער זענען אוועק., ,פאר מיין דאזיקן טאט? -- דערציילט ער -- ,האב איך באקומען פון דאוויד"האראדאקער שטאט-קאמענדאנט א שיינע מתנה: 2 מעלקעדיקע קי און פיל בגדים פון די אויסגעהרגעטע זשידעס". אין דרויסן הויבט שוין באלד אן טאגן. די פויערטע איז שוין אויפגעשטאנען פון איר שלאף און אויך די קינדער הויבן זיך שוין אן וועקן. די פויערטע נעמט ארויס פון אויוון א טאפ זופ און הויבט אן עסן צוזאמען מיט די קינדער. איך שטרעק אויס מיין האנט צו דער באלעבאסטע און בעט ביי איר אביסל זופ. די פויערטע גיסט אן א פולע טעלער ווארעמע זופ און גיט מיר. וו נאר כ'האב אנגעהויבן עסן, גייט צו מיר צו דער עלסטער פון מיין גרופע,. דער ,דייטשישער יעפרעיטאר", רייסט ארויס פון מיין האנט דעם טעלער און זאגט: דאס האט דיר געעגבן די גוטע באלעבאסטע ? אויב אזוי פרעס! ענדיקנדיק די ווערטער, גיסט ער ארויף די גאנצע זופ אויף מיין קאפ. :
מיט א הילכיקן געלעכטער ענטפערן אלע ,דייטשן" און פאליציסטן אויפן ,העלדישן/ טאט פון ,יעפרעיטאר". סיווערט אן אומבאשרייבלעכע שמחה און הייטערקייט. אלע זענעז צופרידן, ממש גליקליך, פון דאזיקן ,געניאלן"* איינפאל. מיטאמאל הערט זיך א קלאפן פון רעדער אין דרויסן. ס'פראלט זיך אויף די טיר און ס'קומען אריין די 2 געשיקטע דורכן ,יעפרעיטאר" פאליציי-לייט מיט אלע אזדאמיטשער פאליציסטן, וועלכע ציילן 8 מאן. די באגעגעניש צווישן די פאליציאנטן איז פול מיט שמחה. מ'דריקט זיך די הענט, מ'רעדט, מ'דערציילט און בעיקר ווערט דערציילט וויאזוי דער ,דייטשישער גרופן-פירער"* האט מיך אפגעגאסן מיטן טעלער זופ. איך זיץ אין א ווינקעלע, אן אויסגעשמירטער פון קאפ ביז די פיס אין זופ פון געקאכטן מעל מיט קארטאפעל, מיין געזיכט און מיינע הענט פארפלעקטע אין בלוט און מאך מיך וויינענדיק... אונזער גרופן"פירער, דער ,יעפרעיטאר" פירט אינצווישן סודותפולע געשפרעכן מיט די פאליציי-קאמענדאנטן און מיטן פויער קארפ... די פויערים פון דארף, דערוויסנדיק זיך אז מ'גייט אויף אזא הייליקער ארבעט, ווי כאפן זשידעס, האבן דערווייל צונויפגעטראגן פיל שפייז-ארטיקלען, ווי: אייער, פוטער. חזיר, ברויט און א גאר היבשע צאל פלעשער בראנפן. ס'הערט זיך א באפעל פון ,יעפרעיטאר": אין וועג אריין.
יעדער פאקט אויף שנעל אריין אין זיין רוק-זאק דאס צענויפגעטראגענע עסן און מען לאזט זיך אין וועג אריין, אין דער ריכטונג צו די וועלדער פון דארף קאלק. מיר זענען געגאנגען צווישן געדיכטע וועלדער מיט נידעריקע בוימער. אין וועג פרעגן מיך אויס די פאליציסטן וועגן די באהאלטענע זשידעס. ס'אינטערעסירט זיי צו וויסן: צי ס'זענען דא צווישן זיי רייכע און צי ס'געפינען זיך דארט יונגע פרויען. פון מיין ענטפערי זענען זיי שטארק דערמוטיקט און צופרידן. איך זאג זיי, אז דארטן וועלן זיי געפינען אלץ: פיל געלד, גאלד און ברילאנטן און דער עיקר יונגע און שיינע פרויעןז... 2157