נאכן אפמארשירן 3 שעה, הייסט אונזער ,יעפרעיטאר? זיך אפשטעלן ,מ'דארף זיך -- זאגט ער -- אפרוען און עפעס איבערקייען". דאס גאנצע געווער ווערט צוזאמענגעשטעלט אין ,קאזלעס" (יעדע 3 ביקסן אנגעשפארט איינע אויף דער אנדערע). מ'זעצט זיך אוועק און מ'הויבט אן פראווען די סעודה. מ'פרעסט און מ'זויפט בראנפן אן א גרענעץ. און ,כטוב לב המלך ביין*, גיט מען אויך מיר גענוג צום עסן. דער ,יעפרעיטאר" נעמט, אינצווישן, ארויס א לאנדקארטע און ווייזט, די שוין האלב שיכורע פאליציי-לייט, דאס ארט וווּ ס'געפינען זיך די זשידעס מיט זייערע ביידלאך. פאר- שטענדלעך, אז דאס ארט איז שוין גאר גאר נאענט... דערמונטערט דערפון, וואס מ'דערנענטערט זיך שוין צום ציל און פארויסזעענדיק דעם ,פעטן ביסן" וואס ס'דערווארט זיי, האבן די פאליציסטן ווידער באנייט זייער טרינקעןז... נאכן ענדיקן די סעודה, לייגן זיך די פאליציי-לייט אין איין זייט אפרוען און אלע ,דייטשן/ אין דער אנטקעגנדיקער זייט. דער פויער קארפ און נאך א פאליציאנט, וועלכער איז אינגאנצן שיכור ווערן אוועק- געשטעלט אויף דער וואך, כדי צו היטן מיך און דאס געווער... אין געציילטע מינוטן פאלן אלע פאליציסטן אריין אין א טיפן שלאף. די ,דייטשן" כאפן זיך גלייך אויף פון זייער ,שלאף", נעמען אין די הענט די צוזאמענ- געשטעלטע אנגעלאדענע ביקסן און אין סעקונדעס ווערן אלע פאליציי-לייט דערשאסן.
נאר איינער ווערט ,געשוינט"? -- דער פויער קארפ. ער דארף געבראכט ווערן לעבעדיקערהייט אין אטריאד, כדי איבערגעבן צו ווערן אין די הענט פון די פאראשוטיסטן וואס 3 פון זייערע חברים האט זיין, קארפס' פארראט, אומגעבראכט. אויפן 10-טן טאג זענען מיר צוריקגעקומען אין אונזער אטריאד. דעמזעלבן טאג פון אונדזער אנקומען איז קארפ אויפגעהאנגען געווארן. מאכנדיק אן אונטערזוכונג אין זיינע זאכן, האט מען געפונען ביי אים א טאשן-זייגער מיט א העברעאישער אויפשריפט. די אויפשריפט האט געלויטעט : ,לזכרון לחתני דב פרבר ליום חתונתו". דעם דאזיקן זייגער, האט בערל פארבער באקומען א מתנה פון זיין שווער צו זיין חתונה... % + * דער אטריאד-קאמאנדיר סאטאנאווסקי איז געווען גליקלעך מיט אונדזער צוריקקומען. ער האט אונדז אויפגענומען מיט פרייד און געזאגט, אז ער האט געהאט א פארגעפיל, אז אונדזער שליחות וועט געלינגען. ,אונדזער גרופן-פירער, דער ,יעפרעיטאר" -- האט ער געזאגט -- ,איז איינער פון די בעסטע און קליגסטע זין פון רוסלאנד. ער באהערשט 10 שפראכן און צווישן זיי פערפעקט די דייטשישע שפראך, ער איז א פעאיקער דיפלאמאט -- א ספעציאליסט אויף אויסצופירן אזעלכע שליחותן.
,און דאך" -- האט געזאגט דער קאמאנדיר סאטאנאווסקי -- ,בין איך די גאנצע 10 טעג, וואס איר זייט געווען אין וועג, געווען אומרואיק און ניט געקאנט שלאפן. ווער ווייסט, קריג איז קריג און אלץ קאן פאסירן ! ,חברים" -- האט פארענדיקט דער קאמאנדיר -- ,איר זייט מיד פון אנשטרענגונג און פון וועג, יעדער פון אייך באקומט 3 טעג אורלויב. איר באקומט, אבער; יעצט פאלגענדן באפעל : קיינער טאר ניט וויסן וווּ איר זייט געווען און וואס איר האט אויפגעטאן. פאר ניט אויספירן דעם באפעל, וועט מען באשטראפט ווערן לויט אלע כללים פון קריגס-צייטי. 8