Original scan
Original memorial-book scan 468
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1124

ב. ראעש-השנה 1945 איץן פארטזאנער אטריאך. דער פוילישער פארטיזאנען-אטריאד ,קאסטיושקא? וועלכער ציילט בערך 300 פארטי- זאנער פון פוילישער אפשטאמונג און אכט יידישע זעלנער, געפינט זיך יעצט אין דער געגנט פון גרויסן דארף מולטשיטש (בערך 80 קילאמעטער פון פינסק). אין גרויסע געדיכטע וועלדער און צווישן טיפע בלאטעס. דער אטריאד האט אונטער זיין שוץ אן ,אבאז" פון קרוב צו הונדערט פוילישע משפחות, וועלכע זענען אנטלאפן פון די שחיטות, וואס די אוקראינער האבן אויף זיי געמאכט. אין ,אבאזי געפינען זיך אויך עטלעכע צענדליק יידישע נפשות -- אומגליקליכע אנטלאפענע רעשטלעך פון די צענדליקער טויזנטער יידן פון דער אומגעבונג, וואס די דייטשן צוזאמען מיט די אוקראינישע און ווייסרוסישע באנדיטן האבן אומגעבראכט אויף אן אכזריותדיקן אופן. איך בין דורכן שטאב פון אטריאד באשטימט געווארן אלס פורמאן, וועלכער פירט די משפחות פון די פארטיזאנען-קעמפער. לאנג פלעגט דער אטריאד ניט שטיין אויף איין ארט -- מיר פלעגן זייער אפט בייטן די ערטער אין די וועלדער. ערב ראש-השנה 1943 האט זיך א ייד פון ,אבאז* געווענדעט מיט א ביטע צום קאמאנדיר פון אטריאד, ער זאל דערלויבן מארגן, ראש-השנה, מאכן א מנין, כדי צו קענען דאוונען בציבור אין א שייער, וואס איז געשטאנען נאענט אין וואלד.

passage_4ecf60b784b0161ccd3ebb32
Passage 2normalized OCR · source chars 1126-2245

דער קאמאנדיר, א יונגער, געזונטער און שיינער מאן, רעדט און שרייבט גוט פויליש -- איז ערשט מיט א מאנאט צוריק אראפגעלאזט געווארן מיט נאך א צענדליק פוילישע פאראשו- טיסטן פון אן אעראפלאן, וועלכער איז אנגעקומען פון מאסקווע. דער קאמאנדיר רעדט ווינציג און איז אויסערגעוויינלעך שטרענג. זייט ער איז קאמאנדיר אין אונזער אטריאד, האט נאך קיינער ניט געזען קיין שמייכל אויף זיין שיינעם פנים. זיינע באפעלן צו די פארטיזאנער ווי אויך צו די פליטים פון ,אבאז" זענען שטענדיק געווען קורץ און שארף. אן רחמנות פלעגט ער שיסן פאררעטער און מוסרים. א גוטן שטריך אין כאראקטער האבן מיר יידן באוויזן צו באמערקן גלייך מיט זיין אנקומען אין אטריאד. ער האט, נעמלעך, באפוילן זיינע אויפזעער אויף שפייז און די פאראנטווארטלעכע אויף די קיכן. זיי זאלן קיינעם ניט באעוולען אין פאנאנדערטיילן דעם עסן, אזוי, אז די יידישע פליטים זאלן באקומען צוגלייך מיט אלע פוילישע און רוסישע פליטים. ראש-השנה אינדערפרי האט דער קאמאנדיר געשיקט רופן צו זיך דעם יידן, וואס האט אים נעכטן געבעטן א דערלויבעניש צו דאוונען בציבור און האט אים מיט א שמייכל אויף די ליפן, וואס ביז אהער האבן דאס נאך אפילו די אממערסטן נאענטדשטייענדע צו אים מענטשן ניט זוכה געווען צו זען, געזאגט בזה הלשון :

passage_f7ab400597a5b957e81c1870
Passage 3normalized OCR · source chars 2247-2973

,אויב איר מיינט, אז אייער גאט וועט אייך העלפן דורך דעם וואס איר וועט אים בעטן -- גייט, מאדליעט זיך. מיין גאט" -- האט ער געזאגט, צודריקנדיק צום הארץ זיין געווער -- ,איז מיין ביקס און מיינע באמבעס. דאס דאזיקע לשון פארשטייען די דייטשישע מערדער בעסער און עס דערגייט גיכער צו זיי. אייערע בקשות און תפילות דערגייען, ווייזט אויס, צו אייער גאט פונקט אזוי ווי זיי דערגייען צו די דייטשן.. אבער דאוונט און בעט צו אייער גאט וויפיל אייער הארץ גלוסט. איך האב קיין רעכט ניט צו שטערן אייערע הייליקע געפילן, און באגערן. דאוונט וויפיל איר ווילט, ס'זאל אבער זיין רוהלג". אלע יידן, אויסער די יידישע פארטיזאנער, וואס זענען געווען אין דינסט, זענען געקומעז דאוונען. ס'איז געווען איין טלית און איין מחזור, וואס א פלאטניצער ייד האט אנטלויפנדיק פון 9

passage_4dbcd65f2feca3f547427af5