דער שחיטה מיטגענומען מיט זיך. ער האט זיך איינגעהילט אין טלית און געדאוונט און די איבעריקע -- א רעשטל פון צענדליקער טויזנטער געהרגעטע, געשחטענע און לעבעדיק באגראבענע יידן -- האבן זיך געשטיקט אין טרערן, געקלאפט די קעפ אן די ווענט און געוואלדיק ספאזמירט. די מענטשלעכע שפראך איז צו ארעם צו באשרייבן די דאזיקע הארצרייסנדע סצענע. ווען קרוב צו דריי צענדליק אומגליקלעכע יידן -- מענער, פרויען און קינדער -- עלנטע, איינזאמע און פאריתומטע, -- האבן אויסגעוויינט און אויסגעצארנט זייער גרויסן אומגליק. ארום שייער האבן זיך צוזאמענגעקליבן פיל פוילישע פליטים פון ,אבאז" -- ווי אויך פארטיזאנער פון אטריאד. פיל פון זיי האבן מיטגעוויינט צוזאמען מיט די יידן. וועָר ווייסט, וואס ס'האט אויף זיי געדריקט ?... אפשר האבן זיי חרטה געהאט אויף דעם, וואס זיי האבן זיינער-צייט געהאלפן די דייטשן אומברענגען די עלטערן, מענער, פרויען און קינדער פון די-אַ יידן, וואס דאוונען יעצט ?... ווען דער חזן -- א גוטער דאוונער מיט א הארציקער שטימע און אנגעווייטיקט הארץ -- האט אנגעהויבן זאגן ,הנני העני ממעש" האבן די טרערן ממש פארפלייצט דעם שייער.
אין דעם מאמענט איז האסטיק אנגעקומען, רייטנדיק אויפן פערד, דער קאמאנדיר פון אטריאד, פאלקאווניק סאטאנאווסקי. ער האט געבעטן איבערייסן אויף א וויילע דאס דאוונען און, זיצנדיק אויפן פערד, האט ער געזאגט :
,חברים ! וואס וויינט איר ? מיר לעבן דאך -- איז צו וואס וויינען ? די דייטשן טרעטן אפ אדאנק די שטארקע קלעפ פון דער העלדישער רויטער ארמיי אויף אלע פראנטן. ניט ווייט איז דער טאג ווען דער רוסישער זעלנער וועט ארומשפאצירן איבער די בערלינער גאסן, איבער דער גאנצער פארשאלטענער דייטשישער ערד און איבער די טויטע פגרים פון די דייטשישע מערדערס -- ניט ווייט איז דער טאג פון נקמה! אבער... אונדוער פארטיזאנער-לאגע איז היינט ניט בעסער, נאר פיל ערגער ווי פריער. מיר דארפן פארשטארקן אונדזער וואכזאמקייט. דעם דייטש קומט אן שווער אפצוטרעטן. אלע בריקן און אייזנבאן-ליניעס האבן מיר און אלע אנדערע העלדישע פארטיזאנער אפטיילונגען אויפגעריסן. די דייטשן געפינען זיך אין א פארצווייפלטער לאגע. זיי ווייסן, אז די פארטיזאנער זענען פאר זיי יעצט די גרעסטע געפאר. זיי האבן, דעריבער, ארויסגעשיקט ספעציעלע דייטשישע דיוויזיעס אונדז צו פארניכטן. אויך פון מערב זייט -- פון דייטשלאנד, זענען ארויס דייטשישע דיוויזיעס זיי צו הילף. מיר געפינען זיך אינמיטן. אלע וועגן זענען אבער פאר זיי פארשטעלט. צו אונדז קענען זיי דערווייל ניט צוקומען. יעדע נאכט ווערן דורך אעראפלאנען אראפגעלאזט גרויסע רוסישע פארטיזאנער-גרופן. וועלכע מינירן די וועגן דורך וועלכע די דייטשן טרעטן אפ. אין פעלד און אין וואלד ווערן זיי צעריסן אויף שטיקלעך. און כאטש מיר פירן ניט מיט זיי קיין אפענעם קאמף -- דאס טוט מיט גרויס דערפאלג -- די העלדישע רויטע ארמיי -- פאלן דאך פון אונדז גרויסע קרבנות. צי מיר אלע, וועלכע געפינען זיך דא, וועלן בלייבן לעבן איז שווער צו וויסן. לאמיר האפן, אפשר ?
,פון פינסק ביז מאזיר און זשיטאמיר איז אלץ דורך די דייטשן פארברענט געווארן. ס'איז דא א באפעל פון דער מאסקווער העכסטער ארמיי-אנפירונג צו פארניכטן אן רחמנות אלע דייטשישע נאכשלעפער און פאררעטער. אין מיין פליטים-,אבאז" האבן מיר אנטדעקט א גאנצע משפחה דייטשישע שפיאנען -- העכער צוויי צענדליק פון מיינע טייערע פארטיזאנער בחורים זענען צוליב זיי אומגעקומען. היינט באנאכט ווערט די גאנצע משפחה פון אכט פערזאן געהאנגען, כאטש שולדיק בעיקר און אומדירעקט איז נאר זייערע א טאכטער. ס'איז אבער אנצונעמען, אז די גאנצע הינטישע משפחה האט וועגן פארראט געוווּסט. לאמיר האפן, אז מיר וועלן בייקומען אלע שוועריקייטן. זאל לעבן די רויטע ארמיי! 60