נאכן ענדיקן די רעדע. ווענדעט זיך דער קאמאנדיר צום איינגעהילטן אין טלית חזן און זאגט צו אים פאלגענדעס : ,הער נאר, מאדליע זיך ווייטער, זאג דאס וואס דו האסט פריער, ביי מיין אנקומען צום שייער, געזאגט". דער חזן האט איבערגעדעקט מיטן אלטן צעריסענעם טלית זיין קאפ. אנגעשפארט זיינע דארע אויסגעטריקנטע הענט אן מזרח וואנט פון שייער און וויינענדיק האט ער געצויגן די ווערטער פון ,הגני העני ממעש". דער קאמאנדיר איז אראפ פון פערד, פאררויכערט א סיגארעט, זיך אנגעשפארט מיט זיין לינקען אקסל אן זיין פערד, געקוקט די גאנצע צייט אין איין ריכטונג אין וואלד אריין און זיך שטיל און מיט אויפמערקזאמקייט צוגעהערט צום טרויעריקן. וויינענדיקן, פול מיט פיין אנגע- זאפטן ניגון. איך האב באמערקט, אז טרערן קייקלען זיך אראפ פון זיינע אויגן... % "7% די מלחמה האט זיך געענדיקט. איך בין צוריקגעקומען אין מיין געבורטס-שטאט און געטראפן חורבות און א גרויסן מאסן-קבר, אלץ איז פארלארן. אין דינסטלעכע אנגעלעגענהייטן, בין איך געשיקט געווארן קיין ראוונע. ביים שטאט קאמענדאנט אין קאנצעלאריע, האב איך באגעגנט א מאן אנגעטאן אין א שיינעם שווארצן אנצוג מיט זארגפעלטיק פארקעמטע האר. ער האט געפירט א געשפרעך מיטן קאמענדאנט.
איך נעם ניט אראפ פון אים מיינע אויגן. דעם מאן האב איך ערגעץ וווּ געזען און כ'קאן מיך בשום אופן ניט דערמאנען. דער מאן האט באמערקט אז איך קוק אויף אים מיט א ספעציעלער פאראינטערעסירונג און פלוצים גיט ער מיך א פרעג : ,צי דערקענסטו מיך ניט, חבר ?* ,ניין* -- ענטפער איך -- ,כ'האב דיך ערגעץ-וווּ געזען, נאר כ'קאן מיך בשום אופן ניט דערמאנען ווער דו ביסט". ,נו, טייערער" -- זאגט ער צו מיר -- ,אויב דו האסט ניט דערקענט. דארף מען ניט. ס'אלז ניט נויטיק, טייערער, אלדאס בייז געהערט שוין במילא צו דער פארגאנגענהייט, צו דער געשיכטע". וועז ער איז ארויס פון קאנצעלאריע, פרעגט מיר דער ראוונער שטאט-קאמענדאנט : ,ביזטו, בירגער האכמאן. געווען אין צייט פון קריג אין זיין פוילישן אטריאד, וואס האט געטראגן דעם נאמען פון קאסטיושקא ?י איך האב אים שוין ווייטער ניט געלאזט ריידן און געזאגט : ,יא יא, ריכטיק! דאס איז דאך דער קאמאנדיר פון מיין אטריאד דער פאליאק פאלקאווניק סאטאנאווסקי |
,ניין, ניין+ -- איבעררייסט מיינע רייד דער ראוונער שטאט-קאמענדאנט, -- ,ניין, ניט דער פּאֶליאק סאטאנאווסקי, נאר דער העלדישער גרויסער גיבור פוז ראטנפארבאנד, ארגאניזאטאר פון אלע פוילישע פארטיזאנען-אטריאדן אויף דער סאוויעטישער ערד, וועלכער איז באהאנגען יעצט דורכן חבר סטאלין אליין מיט אלע העכסטע אויסצייכענונגען און איז אפט | א גאסט, צוגלייך מיט אלע אנדערע הויכגעשטעלטע פערזענלעכקייטן אין קרעמל, פאלקאווניק, און העלדישער פארטיזאן, דער ייד משה סאטאנאווסקי | 1