מרים ברעגמאן, די פארטיזאנקע. דערציילט: ..האלב יולי 1941, געווען איז דאס ענדע וואך, נאכדעם ווי די דייטשן זענען געווען עטלעכע טעג אין דאוויד"האראדאק, האט זיך פארשפרייט א קלאנג אז די רוסן קומען צוריק. די דייטשן האבן אפגעטראטן צוזאמען מיט זייערע שטעטלשע מיטהעלפער. דער מערדער א. מארייקא, וואס איז געשטאנען אין שפיץ פון די ארטיקע מאכט-ארגאנען איז אנטלאפן מיט ז*נע מענטשן קיין פינסק. אז מ'האט אים געפרעגט וויאזוי לאזט ער איבער דאס שטעטל אן א פארוואלטונג, האט ער געענטפערט אז זיי אנטלויפן צוליב די שיסערייען פון די יידן און די רוסן. זונטיק זענען די דייטשן צוריקגעקומען און מיט זיי אויך דער מערדער מיט זיינע מענטשן. באלד האט מען באפוילן די יידן אנהיינגען אויפן ארבל א בלויען מגן"דוד אויף א ווייסער לענטע. די מענער האט מען אין זעלבען טאג -- פארנומען ,אויף ארבעט" אונטערן שטאט. אין עטלעכע שעה ארום האבן -- פון דארט וווּ די מענער האבן געארבעט -- זיך דערהערט שיסערייען. ווער און וואס האט קיינער ניט געוווּסט. דעם טאטן האבן מיר באהאלטן אין קעלער, און ווען נאר די גויים זענען אריין זוכן מענער האבן מיר געמאכט א טומל כדי אפצוווענדן זייער אויפמערקזאמקייט.
דעמזעלבן פארנאכט אין א גאַס-רעגן האב איך פלוצלונג דערהערט געשרייען און דורכן פענסטער האב איך דערזען פרויען און קינדער גייען מיט טארבעס אויף די פלייצעס. אויף מיין פראגע האט מען מיר געזאגט אז מ'טרייבט ארויס אלע יידן פון שטאט, צום בריק-צו וואס אונטערן שטאט. באלד האט מיין טאטע אנגעטאן פרויען-קליידער, און זאלבע- פירט -- מיין מאמע, מיין טאטע, מיין שוועסטערל פייגעלע און איך -- צוגעשטאנען צו אלעמעןז. אין וועג האט אונדז געטראפן דער צורר קולאגא, פון די אנגעזעענע גויים אין שטעטל. און דערקענט דעם טאטן. עס האבן ניט געהאלפן קיינע רייד. ער האט אים צוריקגעקערט מיט זיך אין שטעטל... דער רעגן גיסט. די פרויען מיט די קינדער האט מען געבראכט הינטערן שטאט אין מאיאנטעק וואס נעבן טייך אויפן וועג צו סטאלין. מ'האט אונז פארזיכערט אז גלייך ווי מ'וועט פארענדיקן ביי אונז אין די הייזער זוכן געווער וועט מען אונז צוריקפירן אהיים. דערווייל זענען זיך צונויפגעקומען צו אונז די גויים פון דער ארומיקער געגנט און אנגעהויבן ראבעווען און שלעפן אלץ וואס איז זיי געקומען צום האנט. איינער פון זיי האט זיך געראנגלט מיט מיר דראָענדיק מיט א מעסער אויב איך וועל אים ניט געבן מיין מאנטל. איך האב אבער ניט געגעבן און ער איז אוועק.
באנאכט איז געקומען דער מערדער מארייקא און מיטגענומען מיט זיך רבקהץן, יאסל יודאוויטשעס ווייב, מיט אלרע צוויי טעכטער, מאלע און יענטל. לאה'לען, עליע ברעגמאנס מאמע און מלכה דער אפטייקערקע -- יאשע יודאוויטשעס ווייב. ער האט אויך געוואלט מיטנעמעןז פייגעלען -- מיין שוועסטער -- ,נאכוואס זאל זי דא ליידן ?? -- האט ער געזאגט. אבער איך האב פאר קיין פאל ניט געוואלט שיידן זיך מיט איר. צומארגנס האט וואנקא מיט דער הילף פון א באנדע קאלעגן אונז ארויסגעטריבן פון מאיאנטעק צו סטאלין-צו. זיי האבן געשאסן אין דער לופט, געשטופט און געיאגט. די עלטערע האבן ניט אויסגעהאלטן און געפאלן אין וועג. זייענדיק שוין ניט ווייט פון סטאלין האבן זיי אונז צוריקגעפירט קיין דאוויד-האראדאק. איינער א בעלאהושער גוי וואס האט געקאנט מיין זיידן, מיין מאמעס טאטע; הערצל 12