Original scan
Original memorial-book scan 472
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1082

לוריע דעם וואלד-סוחר -- האט אונדז אוועקגענומען צו זיך אין פארמע אין דער צייט ווען אלע אנדערע האבן פארטגעזעצט גיין צו דאוויד-האראדאק. (שפעטער האב איך זיך דערוווּסט אז אין שטעטל האט מען זיי פארשפארט אין א געטא וואס מ'האט אויפגעשטעלט און ארומגעצולמט מיט שטאכלדראט). לויט זיין פלאן וועט פייגעלע מיט מיר ארבעטן אין פעלד, או די מאמע וועט זיצן אין הויז. ער האט אונדז זייער שיין באהאנדלט. אבער אין צוויי טעג ארום. ווען ער איז ארויס מיט אונדז אין פעלד אריין איז נעבן אונדז פארבייגעגאנגען א דארפישער שכן. ,איצט אז מ'האט אייך געזעז קענט איר מער ניט בלייבן ביי מיר? -- האט געזאגט דער גוי -- ,ווייל מיין לעבן איז אויך איינגעשטעלט". -- ער האט אונדז איבערגעפירט צי זיינע אייגענע אין א צווייטער פארמע, און ער אליין איז געפארן אין סטאלין און געבראכט געלע לאטעס, וועלכע זענען שוין געווען דארט פון לאנג איינגעפירט. אז ער איז צוריקגעקומען האט ער אונדז אפגעפירט אין זיין וואגן דורכן וואלד ביז סטאלין און ער האט אונדז אראפגעלאזט, גענומען אונזערע זאכן אין וואגן אריין און צוגעפירט אין סטאלין. מיר אליין זענען געגאנגען אין סטאלין צופוס. דער גוי האט ניט געוואלט נעמען ביי אונדז קיין געשענק און קיין געלט.

passage_aedb790884c858a9c6f23280
Passage 2normalized OCR · source chars 1084-2125

אין סטאלין האבן מיר זיך פארהאלטן עטלעכע טעג ביי אסתר בליזשאווסקא, אבער אונדזער ריכטונג איז געווען סארנע. דארט האט געוווינט מיין מומע, מיין מאמעס שוועסטער. מיר זענעז געגאנגען צופוס קיין דאמבראוועץ, און פון דארטן זענען מיר געפארן ביז סארנע מיט א וואגן. אין סארנע זענען מיר געווען פינף מאנאטן ביז מ'האט אין יידישן קווארטאל אויפגעשטעלט א געטא. אינטערעסאנט צו באמערקן, אז געוויסע סארנער גויים האבן ניט געוואלט פארלאזן די גרענעצן פון געטא. די עקזיסטענץ פון דער מערהייט יידן אין געטא איז געווען פון פארקויפן זייערע זאכן און כלים -- מיר האבן ניט געוואלט, אז די מומע זאל אונדז אויסהאלטן, און מיר זענען אריבער אין אן אנדער וווינונג, וואס דער קהילה-קאמיטעט האט אונדז געגעבן. מיט אונדז זענען געווען אין געטא עטלעכע דאוויד"האראדאקער : גאלדע פינקעלשטיין מיט איר מאמע יענטל, זעלדע פינקעלשטיין מיט איר טאכטער שרה, און חייקע פינקעלשטיין מיט אירע צוויי טעכטער : מאניע און ריווע. גאלדע פינקעלשטיין איז צו די אלגעמיינע ליידן צוגעקומען איר אייגענער צער, ווייל פונקט אין אט די טעג;, אויפן שוועל פון פארניכטונג, האט זי צוועלף יאר נאך דער חתונה געבוירן א טאכטער.

passage_57224ff0042bb9a87c13ae50
Passage 3normalized OCR · source chars 2127-2956

צוויי מאל אין זעקס מאנאטן זענען אלע יידן רעגיסטרירט געווארן. ביים צווייטן מאל האט מען דארט אויפן ארט אויפגעשטעלט א געטא אין וועלכן מ'האט געבראכט דאמבראוויצער יידן און יידן פון דער אומגעגענט. דאן האט זיך אנגעהויבן דער מארד. פינף הונדערט מאן זענען טאג טעגלעך טראנספארטירט געווארן צו די קאנאלן אונטערן שטאט -- וואס האבן זיך געצויגן אין וואלד -- און דארט דערשאסן געווארן. וועז דער טראנספארט אין וועלכן מיר זענען געווען איז אנגעקומען אויפן ארט, האט זיך אנגעהויבן א לויפעניש פון די קאנאלן צום בערגל וואס צו סארנע-צו -- א גלענצנדער ציל פאר די דייטשע ביקסן. מיין שוועסטער פייגעלע איז פארווונדעט געווארן, לויפנדיק האב איך געהערט א שטים: ,טאכטער לויף1" -- ביז היינט ווייס איך ניט צו דאס איז געווען דער מאמעס קול. אלנפאלס פון דאן אֶן האב איך איר מער ניט געזען. מיר זענען געקומען צו א טייך און איך האב אפגעשויינקט פייגעלעס פוס. א גאנצע 3

passage_1397a5dbf8e42c576d0fcaf0