נאכט האבן מיר ביידע געשפאנט אליין אין וואלד -- באגלייט פון שיעק און שוידערלעכע וויזיעס. אינדערפרי האבן מיר אין וואלד דערזען א הייזקע און אהין אריין. פייגעלעס פוס איז געשוואלן געווארן און זי האט זיך צוגעלייגט אויף א קאשעטקע און איינגעדרימלט. איך בין ארויס באטראכטן א ביסל די געגנט און אויסגעפונען יידן. קומענדיק צוריק צו פייגעלען האבן מיר די שטוב מענטשן געזאגט אז זי איז אוועק מיט די פאסטוכער. שפעטער האט מיר די דארפס-לערערין קאראסין דערציילט אז מ'האט פייגעלען פארשלעפט אין וואלד, אוועקגעלייגט אויף דער ערד און געפארן איבער איר מיט א ראַווער הין און צוריק אזוי לאנג ביז זי האט מיט שרעקלעכבע ווייטיקן און יסורים אויסגעהויכט איר ריינע נשמה.
איך בין ארויס אויפן שליאך מיט א ביטערן געוויין און כ'בין איינגעשלאפן פון מידקייט. א גוי האט מיר אויפגעוועקט, געבראכט אין וואלד און געראטן אפזוכן א באהעלטעניש. צוד מארגנס פרי האב איך פארטגעזעצט גיין ביז עס האט זיך אפגעשטעלט א וואגן און מיר צוגעפירט צו א פארמע. איך בין אריין אין א הויז און געבעטן א טרונק. כ'האב דארט געטראפן צוויי יידן. נאכדעם, ווי כ'האב אפגעגעסן און אפגעטרונקען האבן די יידן מיר געוויזן דעם וועג און געראטן אויסצובאהאלטן זיך פאר וואגנס. איך גיי ווייטער און פלוצלינג הער איך עס פארט אֶן א וואגן. כ'האב מיך גלייך באהאלטן צווישן די קוסטעס. צום גרויסן שרעק האט זיך דער וואגן פארהאלטן נאענט צו מיין באהעלטעניש. מיר איז שיעור די נשמה ארויסגעפלויגן ביז ס'האט זיך ארויס- געוויזן אז דאס זענען מיינע וועגווייזער פון דער פארמע. מיט זייער וואגן האבן זיי מיר צוגעפירט צו א פאמיליע פון א יידישן דאקטאר, וואס האט געוווינט אין וואלד. א מאנאט האב איך זיך אויפגעהאלטן ביי זיי. באנאכט פלעגן מיר גיין איבער די גויישע הייזער בעטלען עסן, אדער כאטש א טרוקן שטיקל ברויט. די בוימער האבן אונדז געדינט פאר א באהעלטעניש באנאכט.
איינע א גויע האט מיר פיין באהאנדלט און איינגעלאדן איינמאל אין דער וואך צו איר. דארט האב איך געוואשן דעם קאפ, און זי האט מיר אויך געשענקט א טאפ צום קאכן און א ביסל זאלץ -- אזאך וואס איז דאן געווען א יקר המציאות. צוויי זענען געווען די מעלות פון טאפ. איינס -- עסן ווארעמע און געקאכטע נאך לאנגע וואכן פון וואנדערן אין דער קעלט פון וואלד. און די הויפטזאך -- די קארטאפל וואס פלעגן בראטנדיק זיך העלפט פארברענט ווערן, יעצט וועל איך געניסן פון זיי גענצליך אֶן קיין אפפאל. אן אנדער גויע האט מיר באהאלטן אין וואלד ווען די דייטשן האבן זיך אמאל באויזן, און נאכדעם האט זי מיר צוריק געבראכט צו מיינע פריינט. אין איינער א נאכט, ווען מיר האבן זיך געווארעמט נעבן א פייער, וואס מיר האבן אנגעצונדן אין וואלד, איז פלוצלינג אנגעקומען א מאן מיט א ביקס און זאגט: ,איך בין א פארטיזאן. מיר האבן א פארוווּנדעטן". ביי דער ליכט פון פלאם האט ער באטראכט אלע אנוועזנדע ביז ער האט זיך אפגעשטעלט נעבן מיר און מיר דורכדרינגענד באטראכט. פלוצלינג האט זיך דערהערט א שאס מיט א געשריי: ,הויב אֶן ?"...
אלע האבן זיך צעלאפן, נאר געמוזט צוריקומען איינער נאכן אנדערן. דער דאקטאר האט אויך זיינע טעכטער צוריקגערופן, זאגנדיק אז מ'וועט אים ,דערליידיקן"* אויב זיי וועלן ניט קומען. דערנאך האבן זיי אלע מיר געזוכט, גערופן ביים נאמען, און נאכאמאל און ווידעראמאל -- אבער איך בין יענע גאנצע נאכט געלעגן צווישן די קוסטעס און געשוויגן. אינדערפרי האב איך מיר אומגעקערט צו דער גרופע. דער דאקטאר האט מיר געלויבט און געזאגט : ,דו האסט קלוג געטאן וואס דו האסט ניט געוואלט קומען"... אזוי האט זיך דאס געצויגן עטלעכע מאנאטן ביז די באנדיטן -- אין דער שפיץ פון זייער פירער באנדערא, וואס אויף זיין נאמען האבן זיי געהייסן ,באנדעראווצעס" -- האבן אנגעהויבן כאפן יידן. דאמאלסט האבן זיך באוולזן די פארטיזאנער. כ'האב זיך געבעטן ביי זיי, אז זיי זאלן 4