מיר נעמען צו זיך, אבער זיי האבן מיר ענטזאגט. דאן האב איך זיי געזאגט : ,ענדיקט מיט מיר אויב איר ווילט ניט נאכקומעןז מיין ווּנש". ענדלעך זענען זיי באשטאנען אויף דעם. פון אנהויב האב איך עטלעכע מאנאט געדינט אין דער מעדיצינישער סעקציע, באגלייט די פארווונדעטע אין וואגנס און זיי באדינט. נאכהער, אז כ'האב ארויסגעוויזן העלדישקייט און מוט בין איך אנגעשלאסן געווארן אין דער אינפאר- מאציאנס לייטונג. איך בין געווען פארפליכטעט גיין איבער דערפער, דערוויסן זיך די צאל דייטשישע סאלדאטן אויף יעדן פלאץ, וואס איז די צאל געווער און וו געפינט זיך זייער קאמענדאנטור. -- אז כ'האב געבראכט גענויע איינצעלהייטן פלעגן די פארטיזאנער אטאקירן יענע פלעצער און מאכן דארט א חורבן. אין קאלווארייסקאיא-לעסא, נעבן זשיטאמיר, איז אויסגעבויט געווארן א פלי-פלאץ, ווו ס'האבן געלאנדעט סאוויעטישע פארבינדונגס-אעראפלאנען פון דער רויטער-ארמיי, וואס האבן מיטגענומען אונזערע שווער-פארוווּנדעטע און אונז איבערגעלאזט פארזארגונג און געווער.
די אעראפלאנען פלעגן קומען באנאכט, און כדי צו וויסן געבן אונזער ארט האבן מיר אנגעצונדן פייערן, און זיי האבן געלאנדעט צווישן די פלאמען. איינמאל האט זיך געדרייט איבער אונז דעם שונא'ס אעראפלאן און מיר מיינענדיק, אז דאס איז אן אונזעריקער האבן מיר אומ- שולדיק אנגעצונדן פייערן. דער אעראפלאן האט פארטגעזעצט זיין פלי אין דער ריכטונג צו קיעוו, און אין עטלעכע שעה ארום איז ער צוריקגעקומען און האט אונז ,באשאנקען" מיט זיינע באמבעס. אין איינעם פון אונדזערע איבערפאלן האבן מיר איינגענומען דעם דארף עמילטשאנא, נעבן זשיטאמיר. די אפטרעטנדע דייטשן זענען געווען זיכער אז פאר זיי שטייען זעלנער פון דער רויטער-ארמיי. אין דער צייט פון אונזער פארהאלטן זיך אויף דעם פלאץ האבן מיר געגעסן און געטרונקן אן אויפהער. מיר האבן זיך געפירט לויט דער סיסטעם : ,נעם ביי דעם און גיב אוועק יענעם"... ביי איינעם האבן מיר אוועקגענומען און אים צוריק אוועקגעגעבן דאס וואס מיר האבן נאכער אוועקגענומען ביי אן אנדערן.
איינע פון מיינע אויפגאבן איז געווען אבסערוואציע. און אט איז איינמאל זיצנדיק אזוי אויף מיין פאסט האב איך ניט באמערקט אז אונזערע מענטשן האבן פארלאזט דעם ארט, און די דייטשן קומען אֶן. איך בין אבער ניט איבערגעלאזן געווארן אליין. עס איז געשיקט געווארן ארייטער מיט א פערד מיר אוועקצונעמען, און עס איז אונז געלונגען אנטלויפן די לעצטע מינוט פארן אריינמארש פון די דייטשן. געווען איז דאס איינער פון די פילע נסים וואס זענען מיר געשען. נאכדעם ווי מיר האבן זיך ארויסגעראטעוועט פון עמילטשאנא בין איך ווייטער געשטעלט געווארן אויף אבסערוואציע. אומגעפער א קילאמעטער פון מיר, טיף אין וואלד, זענען געשטאנען אונדזערע מענטשן מיט אן הארמאט און איך האב זיי געדארפט ווארענען ווען דער פיינט דער- נענטערט זיך. דאס פארלירן פון הארמאט איז פאר אונדז געווען פיל טראגישער ווי דאס אנווערן איינעם פון אונדזערע מענטשן, און איך בין אין דעם ניט געווען קיין אויסנאם. פלוצלינג הער איך א טופעריי פון פערדישע קאפיטעס.
,סטאָפּ !" -- האב איך באלד א געשריי געגעבן. ,ווער איז דארט?" -- און א שושקע געטאן דעם פאראל. מיין לאגע איז געווען אומדערטרעגלאך. ווייל וועלכער ס'איז ניט דורכפאל אין אויספירן די פונקציע -- אפילו ווען דו ביסט אין דעם ניט שולדיק -- באדייטעט... טויט. אויף מיין מזל זענען דאס געווען אונדזערע מענטשן. אלס אנערקענונג איז מיר געשענקט געווארן א מעדאל. 15